נפחתה בי...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

נפחתה בי...

שליחה דורך קל וחומר »

ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו גיין אין עלעוועיטער פון א היימישע חסידישע רעזעדענטציאלן בנין, כ'בין נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געוואלט ארויפגיין, יעדער וואס גייט אמאל אין אזאנע עלעוועיטערס ווייסט, אז ס'קומט ווי כמעט אין א פעקעדש דיעל, 'א פרוי מיט א קערידש'.

כ'וואלט נישט געזאגט אז ס'איז פון די בא'טעמ'טסטע זאכן, בסך הכל רעדט מען פון אן עלעוועיטער וואס קען אנטהאלטן צוויי מיט אהאלב אלגעמיינע פערשוינען, אדער איינס מיט א פערטל איבערוואגיקע. די טבע פון די עלעוועיטערס אין די סארט בנינים זענען באקאנט געווענליך זיך צו נייטן צו די שטייטערע סארט יצירים, זיי האבן געווענליך נישט קיין דאקטארס אפוינטמענט צו כאפן, אדער כאפן די לייט פאר ס'ווערט רויט. ס'וואלט נישט געווען אפגעפרעגט צו זאגן אז מ'קען זיי רואיג פארוואנדלען אין א כשר'ן ייחוד שטיבל.

נו, אז מ'איז אין עלעוועיטער מיט א פרוי מיט א קערידזש אידעך נאר א האלבע צרה, ווארום די פרוי קען זיך דאך ארומטשאטשקענען מיטן קינד טאמער איז עס אויף, אבער מה יעשה הגבר שלא יחטא?

לא אלמן ישראל, אונז זעמער ב"ה געבענטשט געווארן מיט טעלעפאנען, זיך מאכן כאילו מ'האט נארוואס באקומען א וויכטיגע אימעיל איז בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע פלאן. איך וויל שוין אריינרוקן ס'האנט אין טאש ווען כ'דערמאן זיך אז מיין בעטערי האט פאר א קנאפע האלבע שטונדע געהאלטן ביי פינף פראצענט. אין אנדערע ווערטער, ע"פ חשבון דארף ער יעצט זיין ארום אכט פראצענט אונטער נול.

א שטיקל פארלעגענהייט, אבער א איד געט זיך אן עצה, מהיכי תיתי אז די פרוי דארף וויסן אז מיין סעל ארבעט נישט? כ'קען זיך מיט חכמה געבן א ריק מער צו צפונית צו אזוי אז ווען כ'וועל האלטן מיין פאון אויף די ריכטיגע ענגל קען איך גאר מאכן די אנשטעל ווי ביל געיטס זעלבסט אימעילט זיך מיט מיר.


געווענליך ווען ס'דא דריי מענטשן אויף א פלאץ און זיי שטייען גענוג נאנט איינער צום צווייטן, און ס'דריקט איינעם גענוג שטארק פון אונטן, וועלן אסאך מענטשן ארויסטרייבן די גאז אויף א קונצליכן אופן אז ס'זאל נישט דערהערט ווערן, און גלייך דערנאך א מאך טאן מיט די האנט אזוי אונטערן נאז, מיט אזא געמאכטן אויפברויז אויף די געפערליכע מענטשליכקייט פארלעצונג וואס איז נארוואס דורכגעפירט געווארן, אזוי אז די צוויי אנדערע וועלן זיין ביי זיך ברור כשמש אז דער צווייטער האט געמאכט דעם כאזעריי, בו בעת וואס דער מוציא לאור האט גראדע דוקא אביסל הנאה פונעם גערוך, און איז גענצליך ריינגעוואשן פון שילד בבחינת חוטא נשכר, עושה מעשה זמרי ומקבל שכר כפנחס. נו, מ'קען עס נישט אינגאנצן אוועקמאכן, ווי נישט ווי האט ער געדארפט משקיע זיין אינעם קונץ, זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט דערהערט אפי' נאר דאס מינדעסטע קול דממה דקה, ווייל אויב יא וועט ער דארפן גיין פאר טעראפי מרוב בושה וכלימה, נו, פארן נעמען אזא ריזיקע קען מען נאך הערן אז ס'קומט אים עפעס.

וואס טוט זיך אבער אין א פאל ווען דער דריטער איז א תינוק/ת? צו א גרויסע נפחא קען מען נישט ערווארטן פון אזא קליין באשעפעניש. דא פאדערט זיך שוין אן אמת'ע מומחיות אינעם פעלד פון נפחתא שתיקתא דלא נודע למי. בזמן וואס מ'דארף היטן אויף א גענצליכע שטילקייט, דארף מען זיך שטארק קאנצעטרירן און נאר ארויסגעבן ארום צוואנציג פראצענט מהרוחות המאררים האלה, ווייל מער פון דעם קען דאך קיין תינוק נישט בלאזן. דאס איז שוין ווי מ'זאגט פאר די סאמע גרעסטע מומחים אינעם פעלד. און מיינט נישט אז נאכן ארויסגעבן די צוואנציג פראצענט איז שוין א מחיה, ס'הייבט זיך אן א פרישע צרה, לאמר, וואס טוט מען מיט די איבעריגע אכציג פראצענט? קען מען זיי דען לאזן ווארטן? זיי ווילן דאך אזוי שטארק ארויסגיין פונעם באקס זעהן אביסל דאס גרויסע וועלטל. זיי הייבן זיך אן שטיפן יעדער וויל זיין די ערשטע ביים טיר ארויסצוגיין פונעם גאז קאמער ביים ערשטן געלעגנהייט, אבער אין פיזישן מציאות איז נישט מעגליך פאר אלע אהינצוקומען. דאס געשטיפעריי איז בכלל נישט קיין גרינגער נסיון פארן מענטש, אין פאקט קען עס צומאל גורם זיין אן אמערדשענסי עקזיט בקול רם גדול.

בלית ברירה האב איך זיך געמוזט פארלאזן אויף מיין מומחיות, כ'האב געפלאנט נאר ארויסצוגעבן ארום פופצן פראצענט, ווייל ס'קינד איז געווען א היבש קליינטשיגע. למעשה האט נאך א צען פראצענט זיך ארויסגעכאפט ווילאנג די טיר האט עספיעט זיך צו פארמאכן. א סך הכל פון פינף און צוואנציג פראצענט. פארשטייט זיך אז דא האבן זיך אנגעהויבן די חרטה געפיהלן, ווער מיר נישט קיין מומחה אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן. א שאד כ'האב נישט גענומען די טרעפ, קעניך דען נישט ארויפגיין זיבען שטאק צופוס?? כ'בין שוין כמעט אריינגעפאלן אין א ייאוש און געטראכט, נע, דעי נפחה איז שוין א צעפאטשקעטער, לאמיר עס אויסבלאזן אינגאנצן, און זאל די פרוי טאנצן. למעשה מחמת איזה סיבה האב איך געטראכט אפשר איז יא דא עפעס האפענונג, כ'הייב אן באטראכן דאס קינד פון אלע זייטן, ביז איך קום צום החלטה אז יא, בשעת הדחק קען אזא קינד מאכן אזא געבראטענס אויכעט.

יעצט בינעך צוריק געווארן א שומר שכר מיט שמירה מעולה אויף די איבעריגע פינף און זיבעציג פראצענט.

כ'שטיי אזוי מיטן סעל אינעם האנט, און כ'רוק די פינגער ארויף און אראפ, כ'שטעל אן א פארטיעפטע פנים, כאילו דער רשב"א זעלבסט איז אראפגעקומען פונעם עולם האמת זיך צו טעקסטן מיט מיר. דער עלעוועיטער נעמט גאר זיכערע טריט, חלילה זיך נישט יאגן, מ'קען זיך דאך אויסגליטשן. די חברה דארט אין מיין עולם התחתון שטיפן מיט כח, זיי ווילן שוין זעהן ווי זייערע ניצוצות ווערן נתעלה, איך מצדי נעם אלע מיטלען זיך צו קעגן שטעלן, אלע מוסקולען אינעם שטח ווערן פארשטייפט און האלטן דעם טיהר הערמעטיש פארמאכט מיט כח.

דער עלעוועיטער קראצט, ס'האלט שוין ביי איינס אהאלב שטאק הויעך! כ'ווייס נאכנישט פונקטליך וויזוי כ'גיי עס דורכמאכן מיט מיין סיטואציע, אבער מ'האפט אז דער רבש"ע וועט געבן כח. ביים דריטן שטאק שטעלט זיך דער עלעוועיטער אפ, אן ערל מאכט זיין וועג אריין, ס'ווערט מיר ברוין פאר די אויגן, איך מערק ווי ער וויל אריינבליקן אינעם סעל מיינעם, ס'כאפט מיר א ציטער, דא שטיי איך ווי דער וויכטיגסטער באשעפעניש און ס'גייט אט נתגלה ווערן קלוני בצנעה אז לא סעל ולא מאכער, אהן טראכטן צופיל געב איך א מאך ס'האנט גאר לויז אזש דאס טעלעפאון פאלט צום ערד, צו מיין שווארץ מזל מיטן פנים צום עולם, גלייך נעבן ס'פרוי. כ'בין אין אן ערענסטע פארלעגנהייט, כ'דארף דאך ווי שנעלער אויפהייבן ס'פאון, ווייל אז נישט וועט יעדער זעהן אז דער סקרין שיינט נישט, אבער כ'טאר דאך נישט גיין צו נאנט צום פרוי, כ'הייב אהן מיטן אראפבייגן פראצעדור, אבער נישט צום פרוי'ס ריכטונג, צום ערל'ס ריכטונג! דער ערל געט מיר א ווייז מיט די האנט אנווייזענדיג ס'ארט פונעם פארלאשענעם פאון, איך טראכט צו מיר, שוטה, מיינסט כ'ווייס נישט, מ'טאר דאך נישט גיין אזוי נאנט צו א נוקבא, נידעריג באשעפעניש איינער! כ'הייב אהן שטייטליך צו רוקן מיין האנט נענטער צום פאון, ווען מיטאמאל קומט דאס אומגעראכטענעם! א נפחה בקול רעש גדול אדיר וחזק משמיע קול האט זיך מיט אכזריות ארויסגערוקט פון מיין גוף התחתון... כ'האב נישט געטרויעט צו ווייזן מיין פנים פאר בושה, בינעך געבליבן אזוי און זיך געמאכט כאילו עפעס איז געווארן קאמפליצירט מיטן אויפהייב אקציע, דער ערל האט זיך כמעט דערשטיקט פאר געלעכטער און געשמעקטער, די פרוי האט זיך פרובירט איינצוהאלטן ס'אטעם, ס'איז געווען ששון ושמחה יגון ואנחה בחדא מחתא.

כ'קום אהיים יענע נאכט, קומט מיר ס'ווייב אקעגן מיט זייער עקסייטינג נייעס, קל, מיין חברטע זאגט מיר אז זי איז געווען מיט דיר היינט אין עלעוועיטער...

אפאר שעה שפעטער האב איך זיך ערוועקט אינעם שפיטאל.

א פוטן גורים!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר