אינטערנאציאנאלער פרעס טאג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

אינטערנאציאנאלער פרעס טאג

שליחה דורך שלום שטיסל »

אט דערנענטערט זיך דעם יום הגדול והנורא פון וואס די טונא אין לאקס פישן אין וואסער ציטערן, דער טאג וואס האלט אינמיטן טרענספארמירט ווערן אלץ איינע פון די גרעסטע און הייליגסטע טעג ביי כלל ישראל, די קינדער וואס זענען יעצט אכט יאר אלט גייען שוין געדענקן אז פון אייביג אן מאז היתה ישראל לגוי איז געוועהן א ענין אין דער טאג צו עסן און געבן עסן, ס'גייט זיין עפעס אזא ערב יום כיפור סיטואציע ס'גייט ווערן אנגענימען אז סאיז א מצוה צו עסן וכל המרבה הרי זה משובח.

איך זעה פאר אז אין געציילטע יאר גייט שוין יעדער גרעסערע גראסערי וואס האט א פסח סעקשאן אויך האבן א באזונדערע 'קערעסטיר סעקשאן' ווי מ'גייט קענען קויפן גרויסע בייגלעך מיט קערעסטירע קוגלעך און רבי ישעי'לעס קוקאש קעיק וכד'. האלב 13TH ave גייט זיין באלקירט מיט קאנטעינערס צו ערפולען דעם געברויך מיט כל מיני מאכלים, פון ארץ ישראל גייט מען קומען שנארן פאר ג' אייר חלוקות דורך עונג שבת ויו"ט, אסאך ארגענעזאציעס גייען זיך נאך עפענען לכבוד האי יומא דקא גרים און אסאך טאשן שניידער'ס גייען נאך נתעשר ווערן בזכות דעם צדיק, וועט נאך ארויסקומען ספעציעלע ספרים מיט מנהגים בחצרות הק׳, א קיצור ס'גייט ווערן לעבעדיג אין שטאט אויפן חשבון פון האי צדיק וקדוש.

אלעס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס אפאר הונגעריגע אידן האבן געהערט עפעס א איינצעלער אויסגעדראשענער מעשה פון עפעס א מלוה מלכה אין קערעסטיר און זייענדיג הוגעריג האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו ווארעם'ס און זיך גענומען חלומ'ן פון דעם צדיק ווי דער הונגעריגער חלומ'ט תשעה באב נאכמיטאג פונעם אויספאסטן צוביסלעך איז ארויסגעקומען א ספר החלומות געהערט פון ערשט האנטיגע בעלי חזיונות באזירט אויף דמיונות, זיי האבן איבערגעלאזט הונגער פלעקן אויף רוב פון די סיפרים דארט, על פי חשבונם איז די גאנצע תבואה פון רומעניא פוילן רוסלאנד געקומען מיט שיפן קיין קערעסטיר צו די דריי אידן מיט צוויי גוים וואס האבן געוואינט דארט. צו קאכן די זופ האט מען אויסגעטרוקענט דעם דונא טייך אזש אז ס'איז אנטפלעקט געווארן די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן דארטן על קידוש ה'.

שוין געווארן אזוי אז אונזער בליק אויף רבי ישעי'לע איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א אלטער ברייטער איד מיט א מעסער אין די האנט שטייט און שנייט גרויסע ראפאגאש בארכעס מיט קוקאש קעיק (עפעס אזויווי יעקל שווארץ) דערנאך גייט ער מיט אימפעט צום גרויסן טעפל טשולנט און מישט בשעת וואס זיינע ליפן מורמלען 'לשובע ולא לרזון', מוצש"ק שטייט דער צדיק מיטן קאפטן און קנעט איין ריזיגע שטיקער טייג און שיילט צוויקעל מיט פאטעיטאס און דער עולם זיצט ארום דער טיש און קנאקט. און עפעס אזוי האט זיך געדרייט כל ימיו פון דער צדיק.

די לעצטע פאר יאר פארן פולע ערעפלאנען אנגעפאשעטע אמעריקאנע אידן וואס לעבן דא מיט כל טוב וטוב ווייסן נישט קיין דאגות האבן נישט קיין השגה דאס איידלקייט און באשיידנקייט פונעם קערעסטירער צדיק די חברה פארן אהין האקן קוגל מיט טשולענט וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך ריזיגע ד׳ אמות קעכער׳ס, און קומען צוריק פארציילן אז דאס איז ממש ווי ווען דער צדיק האט געלעבט, כאילו פון דעם באשטייט דער גאנצער קערעסטיר.

איינער פון די אלטע שטיבל שרייבער שרייבט דאס פאלגענדע
לאליפאפ האט געשריבן:עס איז איבעריג צו זאגן וואס עס טוט זיך אין קיטשען אין קערעסטיר ערב שבת יארצייט, ריזיגע טעפ אנגעפולט מיטן גאנצן מה ידידות, פרויען פון איין זייט, בחורים פון צווייטן זייט, שטייען און קאכן באקן שיילן מישן, און יעדעס מינוט וואשט מען פריש אויס די כלים און מען הייבט אן נייע רעצעפטן, טעצער קעיקס און קוקיס פארן ארויס יעדע עטליכע מינוט, וואס זאל איך אייך זאגן.. נוסח קערעסטיר!
סארא גערעדאכץ דאס, מ'עסט פרעסט און ענדיגט צו נוסח קערעסטיר...

נקודת הענין; היות איך זעה אז ס׳ווערט נשתכח אז דער טאג איז א פלענער נארמאלער טאג, במילא וויל איך אצינד א' אייר תשע"ו אויסרופן און אראפלייגן א יסוד פאר יעדער חוקר מנהגים און גולש אויפן אינטערנעט פון דער קומענדער דור, הערט גוט וואס איך זאג אייך:
ס'איז נישטא קיין שום ענין צו עסן טונא פיש מיט בייגעל'ס אדער קנאקן גע׳חריינ׳טע געפילטע פיש מיט צימעס אין דעם טאג פון רבי ישעי'לעס יארצייט, ווי אויך אויב איר זענט די אייגענטומער פון א רעסטוראנט אדער סיי וועלעכער עסן קרעמל איז נישט חל אויף אייך קיין שום חיוב צו פארטיילן עסן בחינם' שרייבט נישט אויף רבי ישעי׳לעס קאנטע ווייל ער גייט דאס נישט צאלן.

כאטש איך גלייב אז מיינע ווערטער וועלן נישט ווערן אנגענימען ביים עולם ס'וועט זיך הערן מער עפעס ווי כ׳האב דא עפעס נגיעות אבער פארט גלייב איך אז סוועט זיך טרעפן עפעס א אויפגעקלערטער אינגערמאנטשיקל עפעס אזא קאווע שטיבל שרייבערל פון תשק"ט וואס וועט מאכן צימעס דערפון.

אצינד ווען די שורות ווערן געשריבן ווערט ערווארטעט א גרויסע ליפערונג פון בייגעל'ס מיט פוטער אין אלע היימישע בתי מדרשים, ווי אויך עטליכע גרויסע גראבע טאטעס מיט שיסלען אין די האנט צו פרעגל'ן אייער, ביים טיש זיצענדיג וועט איר טרעפן דאס געשמאקן איד'ל וואס האט זיך שוין א וואך צייט אנגעגרייט מעשיות און דמיונות פונעם בעל הילולא, ער האט דורך געטוהן עטליכע ביכער וואס בעלי חלומות האבן געשריבן זייענדיג הונגעריג, אצינד גיסט ער עובדות ווי א כל בו און אזוי ווי נישט ווי כאפט ער אריין א גאנץ לעפל שפאזע און ס'שפייעט אויס ווי פון זיך אליין א: זכותו יגן עלינו.

#לשובע ולא לרזון
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום שטיסל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר