דורכגעפאלענע איסורים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:11 pm

געווען אמאל א וועלט אן אינטערנעט אבער די רבנים האבן זיך אלץ אן עצה געגעבן. זיכער קומען די היינטיגע ''קעסיאס'' מיט א פילטער וואס פילטערן דזשעז ביעטס און הוליגאנישע גיטארע סאונדס, פארדעם הערט מען מער נישט האקן דערויף.

IMG_20160512_171841.jpg
IMG_20160512_171841.jpg (21.68 KiB) געזען געווארן 3175 מאל
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:47 pm

ס'איז גראדע גארנישט אזא פשוט'ע זאך צו הערן מוזיק בזה"ז.
כפי מיטב ידיעתי איז עס אסור עפ"י דינא דשו"ע. היינטיגע פוסקים זענען מיקל ווייל נשתנו העתים און מ'קען צוקומען צו עצבות וכו'
קוק דא וועט איהר זעהן אן אריכות אויף דעם ענין.
איך קען א פאר משפחות וואס הערן טאקע נישט קיין מוזיק א גאנץ יאהר צוליב דעם, וראיתי בני עלייה והם מועטים.

אני הקטן פארלאז זיך אויף דעם היתר ווי רוב כלל ישראל צו הערן מוזיק א גאנץ יאהר, און מכח דעם הער איך אויך מוזיק בימי הספירה (בצנעה) וואס איז סאך א קלענער איסור. איך בין צוגעוואוינט צו הערן מוזיק און די בעקגראונד בשעת'ן ארבעט, און ווען איך היר נישט מוזיק 50 טעג ווער איך ביטערלעך דיפרעסד.
די איסור פון מוזיק בימי הספירה איז לכמה פוסקים מותר ולא נאסר אלא ריקודים וכדומה
כ'מיין אז די מנחת יצחק טענה'ט אז ס'קען זיין א דאורייתא מכח נדר וקבלה, דערפאר בין איך מתיר נדר דא ברבים, וכל הקהל יענו אחרי "מותר לך" ג"פ
ביי די וועי, צו הערן "ספירה טעיפס" (?) אן מוזיק איז אויך א שאלה בימי הספירה פאר די וואס הערן נישט מוזיק.

וכל ערום ישעה בדעת וישאל שאלת חכם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נעגעל וואסער אום דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:50 pm

וואס הייסט דינא דשו"ע? דער רמ"א איז מקיל. דער ב"ח ומג"א מחמירים, והאידנא נהוג עלמא כהרמ"א ודעימי'.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1726 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:00 pm

אין איסלאם טאר מען נישט טרינקען וויין.
כהאב מיל אלץ געפרייט אז מיר שטייען בעסער.
אויב מעגן מיר נישט הערן מוזיק ווייס אעך שוין נישט ווער סשטייט בעסער.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:01 pm

דעת תורה האט געשריבן:וואס הייסט דינא דשו"ע? דער רמ"א איז מקיל. דער ב"ח ומג"א מחמירים, והאידנא נהוג עלמא כהרמ"א ודעימי'.


נארמאלעהייט וואלט מען לכאורה אנגענמען א פסק פון מג"א

אין שו"ת אג"מ שטייט וז"ל: אבל ודאי מהראוי לבעל נפש להחמיר כהרמב"ם בתשובתו והב"ח פסק כותיה אף שראייתו אינה כלום מ"מ ראוי להחמיר.

דער עולם פירט זיך אבער נישט אזוי נאר ווי עס ברענגט אין שו"ת ציץ אליעזר וז"ל: אין לפקפק ולהרהר כלל על מה שבנ"י יוצאים בזה ביד רמ"א שפוסק בסי′ תק"ס שם שהגזירה שלא לנגן בכלי שיר היא רק על מי שרגיל בהם כגון המלכים שעומדים ושוכבים בכלי שיר או בבית המשתה. ופוק חזי בשו"ת הלכות קטנות למהר"י חאגיז ז"ל ח"א סי′ ט′ שכותב בתוך דבריו וז"ל: וזה כלל גדול שהי′ מוסד בידנו אם הלכה רופפת בידך פוק חזי מה עמא דבר כי פשוט הוא אשר באהבת ה′ את עמו ישראל יסיר מכשול מדרכיהם ולא יטו כל העולם אחר היחיד אילו סברתו דחויה עכ"ל.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:17 pm

כ'האב הנאה צו זען דער ציץ אליעזר זאגט עס. ייש"כ פארן צוברענגען.

און ס'איז נישט די ערשטע און נישט די לעצטע זאך וואס "מ'" טוט אנדערש פון די נארמאלע כללי הפסק וואס זענען כשלעצמם הררים התלויים בשערה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1726 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:45 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:ס'איז גראדע גארנישט אזא פשוט'ע זאך צו הערן מוזיק בזה"ז.
כפי מיטב ידיעתי איז עס אסור עפ"י דינא דשו"ע. היינטיגע פוסקים זענען מיקל ווייל נשתנו העתים און מ'קען צוקומען צו עצבות וכו'
קוק דא וועט איהר זעהן אן אריכות אויף דעם ענין.
איך קען א פאר משפחות וואס הערן טאקע נישט קיין מוזיק א גאנץ יאהר צוליב דעם, וראיתי בני עלייה והם מועטים.

אני הקטן פארלאז זיך אויף דעם היתר ווי רוב כלל ישראל צו הערן מוזיק א גאנץ יאהר, און מכח דעם הער איך אויך מוזיק בימי הספירה (בצנעה) וואס איז סאך א קלענער איסור. איך בין צוגעוואוינט צו הערן מוזיק און די בעקגראונד בשעת'ן ארבעט, און ווען איך היר נישט מוזיק 50 טעג ווער איך ביטערלעך דיפרעסד.
די איסור פון מוזיק בימי הספירה איז לכמה פוסקים מותר ולא נאסר אלא ריקודים וכדומה
כ'מיין אז די מנחת יצחק טענה'ט אז ס'קען זיין א דאורייתא מכח נדר וקבלה, דערפאר בין איך מתיר נדר דא ברבים, וכל הקהל יענו אחרי "מותר לך" ג"פ
ביי די וועי, צו הערן "ספירה טעיפס" (?) אן מוזיק איז אויך א שאלה בימי הספירה פאר די וואס הערן נישט מוזיק.

וכל ערום ישעה בדעת וישאל שאלת חכם.

דיין תגובה איז זייער שיין, אבער דיין 'עצה' אויפן חשש פונעם מנחת יצחק איז גארנישט ווערד [א חוץ אויב ער איז מחדש א נקודה פון נדר וקבלה דיחיד]. בפשטות איז די פראבלעם זיינע, משום אל תיטוש וואס ווערט א נדר וקבלה דרבים, און דעמאלס קען א יחיד נישט מתיר נדר זיין.

ובדומה לזה מצאנו בפוסקים לענין קטניות, אם שייך להקל בזה או לא, ואכמ"ל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15441 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:15 pm

פארשטייצעך.
כ'האב די עיקר געמיינט די מליצה אז דער עולם זאל אויך מסכים זיין מיט מיר און זאגען "מותר לך"... כ'האב נאך א גילטי פילינג..

אבער למען אמיתך האביך חרטה פארן פורט זיין מיין התנהגות בפומבי . רובו ככולו מגדולי הפוסקים נעמען אהן אז מוזיק בימי הספירה איז אסור בהחלט מכח ק"ו פון ריקודים ומחולות, ובכללה נכלל גם שמיעת כלי זמר ע"י קעסיא, טעיפס, סי. די'ס. איי פאד וכו'

ממנו יראו ולא כן יעשו.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:51 pm

ס'איז דא נאך א נקודה אז די אלע אוסרים ומתירים פון מוזיק האבן געהערט פון לייוו מוזיק. צו הערן א רעקארדירונג פון מוזיק איז נישט נכלל אין דעם. און מיט א היקש און ק"ו קען מען נישט מאכן קיין נייע גזירות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4003 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:03 pm

מיט וואס איז עס אנדערש ווי סיי וועלכע כלי שיר וואס ווערט נתחדש? (לדוגמה א פיאנע בלע"ז)
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1863
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2849 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2644 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:15 pm

ברסלבער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א נקודה אז די אלע אוסרים ומתירים פון מוזיק האבן געהערט פון לייוו מוזיק. צו הערן א רעקארדירונג פון מוזיק איז נישט נכלל אין דעם. און מיט א היקש און ק"ו קען מען נישט מאכן קיין נייע גזירות.

ריכטיג, די פוסקים זענען דן אין די נקודה, אויב א רעקארדינג האט א דין ווי כלי שיר צו נישט. און פסקי מראי מקומות (תשובות) ברענגט ער א לאנגע רשימה פון גדולי אחרונים וואס האבן אנגענומען אז ס'האט יא א דין פון כלי שיר. אבער כ'האב עס נאך נישט נאכגעקוקט אינערווייניג, ממילא איז נישט קיין ראיה..

אבער איך בין מסכים פולי מיט דיר..
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג מאי 13, 2016 12:30 am

קל וחומר האט געשריבן:מיט וואס איז עס אנדערש ווי סיי וועלכע כלי שיר וואס ווערט נתחדש? (לדוגמה א פיאנע בלע"ז)

דער חלקת יעקב זאגט א סברא לחלק בין כלי שיר שנתחדש און ראדיא וויבאלד דער צוהערער זעהט נישט דעם מנגן.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1766 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מאי 13, 2016 2:07 pm

למעשה וואס איז ערגער א ״שייגעץ בייק״ אדער א ״Casio פיענאו״ רח״ל???
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך קנאקעדיג » פרייטאג מאי 13, 2016 2:27 pm

צו פארן מיט א שייגעץ בייק קויפן א קעיסיא איז לכל הדעת אסור... ערנסטגערעדט איך געדענק אז אפילו דער וואס האלט אז ס'איז אסור איז עס נאר סתם מוזיק אבער נישט ווען ס'קומט מיט ווערטער [דהיינו מיט א זינגער]. ריכטיג?
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג מאי 13, 2016 2:31 pm

שבת ביסט צוריק געקומען אליין? האסט געזעהן ערגעץ בערעלבעלעגלה?
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 858
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 13, 2016 3:12 pm

נאך א דורכגעפאלענע איסור איז סאקמיר רב'ס הוראה לגבי מענער דרייווען א קאר וואס איז היינט לא יזכר ולא יפקד. די פרויען, משא"כ, זענען געבליבן מיטן איסור כנתינתן מסיני, אזוי ווייט אז טייל ווילן לכתחילה שוין אזוי אהערשטעלן gendered פאליסי פאר סמארטפאן און אינטערנעט באזיץ.

ווי מיט יעדע סאציאלאגישע ערשיינונג, זענען דא אויסערליכע סיבות, מער אומדירעקט ווי דירעקט, וואס פארמירן איבער צייט א געזעלשאפט'ס נארמעס און עדיטודס, מנהגים און אפי' הלכה. ס'איז גרינגער דאס צו באמערקן דורכאוס הונדערטער יארן, אבער מ'קען עס אויך זעהן פיל מאל אין א צוואנציג יאר אפשניט. וואס גענוי האט דיקטירט די עוועלוציע פון א געוויסע פרט איז א געשמאקע און א ברייטפארצוויגטע שפעקעלאציע שפיל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3812 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » פרייטאג מאי 13, 2016 3:37 pm

יואליש האט געשריבן:נאך א דורכגעפאלענע איסור איז סאקמיר רב'ס הוראה לגבי מענער דרייווען א קאר וואס איז היינט לא יזכר ולא יפקד. די פרויען, משא"כ, זענען געבליבן מיטן איסור כנתינתן מסיני, אזוי ווייט אז טייל ווילן לכתחילה שוין אזוי אהערשטעלן gendered פאליסי פאר סמארטפאן און אינטערנעט באזיץ.

ווי מיט יעדע סאציאלאגישע ערשיינונג, זענען דא אויסערליכע סיבות, מער אומדירעקט ווי דירעקט, וואס פארמירן איבער צייט א געזעלשאפט'ס נארמעס און עדיטודס, מנהגים און אפי' הלכה. ס'איז גרינגער דאס צו באמערקן דורכאוס הונדערטער יארן, אבער מ'קען עס אויך זעהן פיל מאל אין א צוואנציג יאר אפשניט. וואס גענוי האט דיקטירט די עוועלוציע פון א געוויסע פרט איז א געשמאקע און א ברייטפארצוויגטע שפעקעלאציע שפיל.

סאטמארע רבי האט געהאט אן אישו מיט מענער דרייוו'ן? דאס ערשטע מאל כ'הער אזא זאך.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג מאי 13, 2016 3:38 pm

אויך קיינמאל נישט דאס געהערט יואליש
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 13, 2016 3:43 pm

ליפא האט געשריבן:אויך קיינמאל נישט דאס געהערט יואליש


די מקור פאר א איסור אויף פרויען דרייווען איז א מכתב,געדריקט אין מכתבים דברי יואל. אין די איסור רעדט סאטמאר רב פון ביידע. ער לאזט איבער א אויסנאם "לצורך הפרנסה". ס'איז קלאר אז די רבי האט געזעהן א פרוי'ס דרייווען אלס הארבער פון א מאן'ס דרייווער, אבער פארט איז נישט געבליבן קיין זכר פון די מענער איסור.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3812 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג מאי 13, 2016 4:46 pm

איסור אויף ניצן טעיפריקארדערס אין חדר

פון דא
viewtopic.php?p=16529#p16529
בייגעלייגטע פיילס
muflg1.jpg
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג מאי 13, 2016 4:52 pm

אין אדם עומד... עד ארבעים שנה. היינט פאלגט יעדער די טעיפ רעקארדער איסור. (וויץ עממי)
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:45 am

יואליש האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אויך קיינמאל נישט דאס געהערט יואליש


די מקור פאר א איסור אויף פרויען דרייווען איז א מכתב,געדריקט אין מכתבים דברי יואל. אין די איסור רעדט סאטמאר רב פון ביידע. ער לאזט איבער א אויסנאם "לצורך הפרנסה". ס'איז קלאר אז די רבי האט געזעהן א פרוי'ס דרייווען אלס הארבער פון א מאן'ס דרייווער, אבער פארט איז נישט געבליבן קיין זכר פון די מענער איסור.


דברי יואל מכתבים, מכתב כ"ט, דאטירט ה' לסדר זאת חקת התורה תשלט לפ"ק פה קרית יואל יצ"ו

כ'קען נישט מצרף זיין א פאטאקאפי צוליב די פייל סייז.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3812 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:10 pm

מאך די פייל סייז קלענער?
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2398
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9376 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:44 pm

בילד
בילד
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1044
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1232 מאל

Re: דורכגעפאלענע איסורים

הודעהדורך שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:49 pm

שווער צו מאכן דיוקים פון א בריוו וואס איז נישט געשריבן געווארן דורכ'ן רבי'ן אליין.
אבער עס איז גאנץ קלאר אז אפילו דאס צוגעווארפענע ווארט אברכים מיינט כולל אינגעלייט קורץ נאך די חתונה, און נישט בכלליות מענער.

עס איז דא איסורים וואס זענען דורכגעפאלן. אבער עס זענען דא איסורים וואס זענען טאקע ארויסגעקומען בכתב, אבער ס'איז קיינמאל ניטאמאל געווען קיין מערכה זיי איינצופירן.
א מערכה קעגן מענער דרייוון איז אין פאקט קיינמאל נישט פארגעקומען. אפילו די מערכה קעגן בחורים דרייוון איז אויך רעלאטיוו א נייע זאך.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1044
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1232 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט