חברה קדישא'ס נעמען זייטן במחלוקת פארקאש, בעסט און מפואר.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

חברה קדישא'ס נעמען זייטן במחלוקת פארקאש, בעסט און מפואר.

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב ביז יעצט האבן די 12 און 1/2 יעריגע נאכגעפאלגט די עדווערטייזמענט פון די עמבראודערי פאבריקן, ווער ס'שטעלט ארויס מער געפאטשקעטע תפילין בייטלעך מיט מעטשעינג סידורים'לעך, אזוי אויך אין די פסח סעזאן, ווען די ענין פון "פסח סעט'ס" איז גאר א הייסע טאפיק צווישען מחותעינעסטעס און חתנים בעבי'ס, איז יעצט געקומען צו מיינע אויערן א בשורה משמחת, איבער אן upgrade אין די ענין פון כבוד המת!

ווי באקאנט איז א מצוה צו מכבד זיין א נפטר, און ליידער ביז היינט פלעגן די חברה קדושה'ס זיך באנוצען מיט א פשוטה שווארצע וועלוועט סחורה איבערצודעקן די ארון, מאנכע האבן נישט מער ווי די נאמען פון די קאמפאני, אבער סארוואסקי שטיינער??!! מאן דכר שמיא. איז אבער דא גוטע נייעס, די גרויסע תשמישי קדושה קאמפאניס וואס מאכן דאס גענאר פון די לעבעדיגע, וועלן פון היינט אן קאנטראלירן די טויטע מארקעט as well, און די איצטיגע טעג אפעלירן זיי צו די גמ"ח של אמת, וואס וועט אפערען פאר די משפחה המתאבלת אן אויסוואל פון קאלירן, שטיינער, און אויסשריפטן.

פארקאש וועט מן הסתם גיין מיט GCNY און בעסט וועט גיין מיט mediaOTG.

ווי נאר "חסד של אמת" וואס טרעפט מער טויטע אידן ווי לעבעדיגע, האט געמאלדן אז זיי גייען סטריקלי מיט מלכות יודעקע, האט מתעסקים officially געמאלדן אז זיי ווילן נישט הערן פון קיינעם, נאר מפואר בלי יוצא מן הכלל.
Under influence
רעאגיר