מיין בית הכסא ביי "סערטיפייד לאמבער"

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

מיין בית הכסא ביי "סערטיפייד לאמבער"

שליחה דורך ווייל אזוי »

איך בין לעצטענ'ס אריינגעפאלן צו "סערטיפייד לאמבער" אין וויליאמסבורג אויף קענט עוו. אזוי ווי איך האב געהאלטן נאך א שטיקל נסיעה האב איך געוואלט גיין אין בית הכסא.

טרעף איך די ערשטע גוי אין ווערהאוז און איך פרעג איהם "ווי איז די טוילעט'ס" ער ווייזט מיר איך זאל איהם נאכקומען, ער פירט מיר אריין אין געשעפט און ווייזט מיר " אייעל 1 " ער איז געווען אזוי נייס און מיר נאך צוגעשיקט די גוי פון אייעל 1 מיר ארויסצוהעלפן.

איך שטיי אזוי אין די אייעל און איך זיך א טיהר וואס זאל קענען אנדייטן אז דארט געפינט זיך א טוילעט אבער איך קען נישט טרעפן איך שפאציר אראפ די גאנצע אייעל אבער אין קול ואין עונה, און דערווייל טאנץ איך ארויס פון די הויזן.

אינמיטן קומט די העפליכע "אייעל 1 גוי" אין פרעגט מיר "וואט קיין אף טוילעט דא יא ניד ? " יעצט גיי זיי מסביר אז איך דארף א קטונטי, די ערשטע מאל איך הער אזא קשיא ווען מ'קומט בעטן ארויסצוגיין.

הקיצור די גוי ווייזט מיר אויפ'ן שעלף עטליכע סארט טוילעט'ס און פרעגט וועלעכע איך דארף , דא האב איך געכאפט וואס ס'איז פארגעקומען.

און איך זאג איהם "איי דאנט וואנע ביי עי טוילעט, איי וואהע גא טא די בעטראום" ......

וואס זאל זיין די מוסר השכל אפשר אז די צוויי פרויען זאלן נעקסטיים נישט לאכן, אדער אז "סערטיפייד לאמבער" זאל געבן בעסערע קאסטומער סערוויס ?

וואס א חילוק די (אמת'ע) מעשה איז א גוטע מעשה

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר