הארטע בושות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1560 מאל

הארטע בושות

שליחה דורך סמבטיון »

איך האב היינט מיטגעמאכט עפעס אזעכע בושות אז איך פיל זיך כקטן שנולד, און איך מיין אז רוב פון מיינע חטאות נעורים זענען באצאלט געווארן,

ובזה החלי,
יעצט און די הייסע זומער טעג האב איך אזא הנהגה טובה אז איך גיי און שואער פארן גיין שלאפן, נאך א טאג פון ארום שוויצן אויפן גאס מיז איך זיך אויפרישן אביסעל, איך קען זיך נישט גיין לייגן ווי א חזר און בעט, געווענטליך ליגט דעם שמוץ וועש קארב הארט נעבן די וואנע, אזוי אז ווען איך טוה זיך אויס די בגדים גייט עס גלייך אריין אינעם לאנדרי בעסקעט. היינט אינדעפרי בין איך שטייצעך געגאנגן און מקווה, זעט אויס אז איך בין געווען זייער פאטראכט, און נישט כאפענדיג הייב איך אן אזוי אראפצושיילן מיינע וועש פון מיין קלעבעדיגן גוף און איך ווארף עס געמיטלעך גראד אינעם האנטעך בעסקעט וואס איז געשטאנען נעבן מיר, די העמד די הויזן און ווייטער אראפ, שוין, איך גיי מיר פרייליכערהייט און שאוער איך זינג זיך אונטער דער מינסקער ניגון, און איך הייב אן צו מאכן מיינע טעגליכע פלענער אונטערן שטראם פונעם שאוער, אההה.. פיין קאלט געווען, ויהי אחרי המבול, איך קום ארויס פון שאוער איך שפאן דערפרישטערהייט צוריק צו מיין פלאץ און איך וויל זיך אנטוהן, איך קוק איינמאל און נאכאמאל, און קיין זכר פון מיינע וועש איז נישט דא, חוץ מיין היט און רעקל און שיך איז גארנישט דא, וואס טוט מען? ווי זענען מיינע בגדים אהין געקומען? ווער האט זיך פארגליסט און א ר"ת גאטיע? ס'נעמט נישט לאנג און איך זעה מיין חבר שטיין ווי אדם פארן חטא ביים וואש מאשין און דערווערגט זיך פאר געלעכטער, הערט א מעשה, ווינאר מיינע וועש זענען אריין אינעם בעסקעט האבן נאך אפאר יודן אריינגעווארפן זייערע האנטיכער אונעם בעסקעט און דער גוי וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער כאפט אן דעם קארב און שיט עס אריין אונעם וואש מאשין, ווייזט מיר דער יונגערמאן ווי מיין גאטשע דרייט זיך דארט געמיטלעך, קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט, איך האב אים געהייסן ברענגן דעם לוח הציבור מיטן קול ברמה איך האב זיך אריינגעזעצט און בור, עטס קענטס מיר פארהערן אלע נייעסל'ך אויף איין פוס מיט אלע דירות וואס איז דא און בארא פארק צו פארדינגען..

א גוטן טאג,!

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר