אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

אינטערוויו מיט שש איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א גוטן שש,
קודם איז מיר א חידוש אז ביסט א רעבישע אייניקעל, כקען צופעליג דיין פנים, דאכציך די דאווענסט כסדר אין ספינקס 18,

שש: יא, נאר שחרית, די דאווענסט אויך דארט? כ'קען נישט דיין פנים בכלל.

שטילע: כ׳דאווען אויך דארט, אבער די טלית דעקט מיר איבער די פנים, כדאווען מיט א ברען.

שטילע: עני וועי, ווי איז די אינטערוויו פארגעקומען?
שש: אין די נייע קאפיע הויז אויף 13 עוו מיט 54 גאס, נישט ווייט פון סקולען.
שטילע: שמעקעדיג האט גלייך געקענט באשטיין זיך צו טרעפן מיט דיר?
שש: יא, פארוואס נישט? אונז זענען צופעליג קרובים, זיין ווייב איז מיין ווייב'ס צווייטע קאזין,
שטילע: האסט זיך נישט געשעמט צו גיין אין קאפי הויז מיט שווארצע זאקן? יעדער קען דאך אריין זעהן די גאנצע סטאר פראנט איז פון גלאז,
שש: ס׳איז פאר געקומען גאנץ פרי אונעם טאג, מענטשן דרייען זיך נישט אזוי אויפן גאס
שטילע: פרי אונעם טאג זענען הערשט דא מענטשן דארט, ס׳איז א קאפי הויז, ניין?
שש: דארט איז נישט געווען עפעס צו ביזי

שטילע: כ׳פארשטיי אז שמעקי איז א שטיקעל מגולח, האבן נישט מענטשן אנגעקוקט ענקער שמועס מאדנע? איי מיין ווי קומט א מגולח מיט א רעבישע אייניקעל צוזאם אין א קאפי סטאר?
כ׳גלייב נישט איינער האט געמיינט ס׳איז א ביזנעס מיטינג ווייל א רעביש קינד טאר נישט ארבייטען.

שש: כ׳האב באמערקט א אינגערמאן וואס באטראכט אונז אין ווינדערט זיך וואס די קשר דא איז, והשנית איך ארבייט יא, אפי כ׳בין א רעביש קינד.

שטילע: וואס האט שמעקי באשטעלט צו עסען?
צוויי קאפיס, מיט דריי טשיס קעיק, ער האט גערוקט ווי א אראבער נאך ראמאדאן.

שטילע: אין וואס האסטו געגעסן?

שש: גארנישט,
שטילע: פארוואס נישט?
שש: נישט קיין גוטע הכשר
שטילע: ווער האט געצאלט פארן בילל?
שש: ק״ש קאסע
שטילע: זיי האבן א גרויסע קאסע?
שש: כ׳ווייס נישט
שטילע: ווער האט די געגעבן די קרעדיט קארטל?
שש: כוכב.
שטילע: ער איז קעלנער?
שש: ניין, אבער ער קען זיך אבער גוט מיט קעלנער
שטילע: די קענסט אויך קעלנער?
שש: סארא חילוק?

שטילע: צירוק צום ענין, האסט גענומען notes פון שמעקי בשעת האסט עיהם אויס געפרעגט?
שש: ניין, כהאב א אייזענע קאפ אין כגעדענק אלץ.

שטילע: פון ווי קומט דיין גאות באופן כללי? א משפחה זאך?
שש: נעקסט
שטילע: האסט געמאכט די אינטרוויא נאר פאר די לייקס?
שש: ניין, אבער כ׳האב דאס אויך אינזינען געהאט.
שטילע: זאג מיר עפעס אנדריש, וויפיהל קינדער האסטו?
שש: פליז stay to the topic
שטילע: אקעי, שמעקי וואינט דא אין ב״פ?
שש: וואס איז א נפק״מ? ווילסט עיהם מגלה זיין? די טוסט אין גילוי? ווייסט סארא שלעכטע מידה דאס איז? כ׳בין סארפרייזד מיט דיר.
שטילע: כזעה עפעס אינזער אינטערוויו ארבייט זיך נישט אזוי אויס.
שש: נ׳וודאי נישט, דער שואל זייגט אויפ כוחות

שטילע: אקעי, כ׳גיי טרייען צו בלייבן אויפ טאפיק.
די האסט געקענט שמעקי פאר האסט עיהם אינטערוויד?

שש: סארא חילוק?
שטילע: די ביסט פערענויד, הער אויפ די ביטש איינער.

שש: האלוי, די נערווירסט מיר, די גרובסט אין יענעמס אידענטעטי, מהאט געשמיסט די אונטערווי גייט זיין אויפן אינטערווי,

המשך יבוא, אדער נישט.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר