משזר — חלק א'

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

משזר — חלק א'

שליחה דורך יואב »

אדנירם איז א אינגערמאן פון א יאר דרייסיג, קליינוואוקסיג מיט עטוואס איינגעהויקערטע אקסלען, און צוויי געלע פיאות, גראדע און דיקע, ווי בינטלעך שטרוי. אלץ אויף זיין שמאלן פנים זאגט עדות איבער א ווילדער נייגעריגקייט, עפעס וואס טאנצט ארום ביי אים אין קאפ ווי דער שפיזיגער גארגל-קנאפ אין זיין אויסגעדארטן האלדז. טיפע האריזאנטאלע שטריכן לויפן איבער זיין נידריגן שטערן — די אויגן-ברעמען וועלכע דערמאנען ליבערשט אין אייער-בערשטלעך, קוקן אלס רעזולטאט אויס ווי צונויפגעהאפטן. זיינע צוויי קיילעכיגע אויגן הענגען פון זייערע ראמען, ווי גלייך זיי זאלן האבן בדעה צו אנהייבן קוילערן זיך אריין אין אישי-קעסטלעך פון איין ק"ש ניק נאכ'ן אנדערן; פון אונטער זיינע פרומע ברילן קריכט ארויס א נאז, טאקע שארף און שפיציג, מיט א קלארער הכנעה אבער, תמיד גרייט צו דינען איר בעל-הבית עלעהיי זיין ראדאר, און אים דערשנאפן חומר פון אזוי ווייט מעגליך. זיינע באקן? מאגערע, נאקעטע, מיט האר-ווארצלען אויסגעציפט ביז בלוט; ס'גאנצע בערדל זיינע באשטייט סך הכל פון א שיטערן קמץ אויפ'ן קין, א קליין הייפל האר וואס ער האט דערלויבט צו שפראצן, פילייכט בלויז כדי נישט צו ווערן צוריקגעוויזן ביים באקן זיינע ערב-פסח שמירה-מצות.

בימים ההם ווען שש האט נאך די כלים מכלים שונים נישט פארמאגט, האט ער די חידושים זיינע ווי איר קענט זיכער זיין נישט געשריבן מיט יענער ביליגער פענע וואס פארקויפט זיך בלויז ביים זאק, און האט א טענדענץ נעלם צו ווערן נאך א טאג צוויי. דערפאר האט ער געטראגן א וועסטל, און געווען איז עס באוואפנט מיט פענעס פון יעדער סארט שפיץ; קאלירן — ווי דעם תחש. היילייטערס פון געל און ראזעווע; שמאלע און דיקע. א דינעם לעד-פענסיל, ווייט-אויט, א רויטן, גרינעם און שווארצן מעדשיק מארקער; א ברייטער דזשילעט, א דינער דזשילעט און אפילו א קאנטערפייט-דעדעקטאר פענע, אין פאל ס'וויל עמיצער אים אריינארן מיט פאלש געלט.

כדי אפצושלאגן זיינע קאמפלעקסן אז מ'איז אים חושד אין ליידן פון הצלה-סקענער סינדראם, האט שש נישט צוגעווארט ביז מ'פרעגט אים אויף אן אמת. אין רעאקציע צו בלויז א מעגליך-קרומען בליק, האט ער זיך געלאזט אויף דער דעפענסיווע, און מבית גנזיו ארויסגעשלעפט שווערע זעק כתבי ידות —  א מספר העפטן אין וואס ס'קלאפט זיך נישט אן אפילו דער בארדיטשובער דורכאויס פינצטערע קיטרוגים צייטן. (שפעטער אינעם ארטיקל וועלן מיר פראבירן אריינבליקן בבית גנזיו.) די סיסטעם וואס ער האט איינגעשטעלט איז געווען ממש צום שטוינען. צו יעדן אות איז געקומען זיין אייגנארטיגער שפיץ, פאנט, סטיל, גרייס און קאליר.

ממש מהאי טעמא האט ער זיך אפגעלאזט פון סופרות, און דערביי אנגעוואוירן דאס ביסל פרנסה וואס ער האט שוין יא געהאט. טאקע א ירא שמים, א הערליכע שריפט, אבער די פילע הלכות און רעגלאמענטן האבן קיין סך פלאץ נישט איבערגעלאזט פאר זיין ארטס-ענד-קרעפטס. אביסל תגים געקענט מאכן, עפעס אותיות אויסציען אין דער ברייט, אבער נישט קיין סך מער. שרייבן אין קורסיוו (italics) איז נישט געווען וואס צו רעדן, און צוליב דער קליינער א' פון' ויקרא און כ' פון ולבכתה, גייט ער זיך נישט זעצן שרייבן א גאנצע ספר-תורה. נקודות וויל ער מאכן בלויז ביים וישקהו וועלכס ס'גלייכט ער, און אויף גענוי וויפיל פלאץ מ'ברויך יא און נישט איבערלאזן בין השיטין, וויל ער אויך זיין דער מיט'ן לעצטן ווארט. אנשרייבן א פיטום-הקטורת איז אויך נישט געווען עפעס וואס ער האט באזונדער חשק געהאט. ערשטנס איז דאס צו קורץ פאר סיי וועלכער זאך ער זאל נאר וועלן שרייבן אין זיין לעבן, און בכלל, פונקטליך ביי וועלכער פון די סממנים זאל זיך אויסלאזן חלק א' און אנהייבן חלק ב'. אפשר שרייבן עפעס חידושים אויף דעם הדק היטב, היטב הדק? וואו וועט מען לייקן, און בכלל, וויאזוי טוט מען איינראמען א PDF.  דער פסוק פון שמע ישראל איז ווי פארשטענדליך געווען זיין פאוואריט, ווארום דארט קריגט ער צו מאכן הויך און מיט בולטע אותיות סיי דעם ע' פון שמע, און סיי דעם ד' פון אחד — און ניטאמאל מוז ער שרייבן א ספר תורה, זיך באשעפטיגן מיט תפילין און מזוזות איז פאר'ן דאזיגן צוועק גענוג. דער גרעסטער פראבלעם איז אבער פארשטייט זיך געווען דער קולמוס, און וועלכע סארט אדער קאליר טינט צו ניצן — עפעס וואס נישט בלויז האט מען מיט זיין מיינונג זיך נישט גערעכנט, נאר העק, זיין סחורה איז גלאט אזוי פסול אויב זאל ער זיך גיין זיין וועג. אחר כל אלה איז נישט שווער צו פארשטיין פארוואס דאס שטיקל קלף האט אין אים אריינגעבלאזן א פארמעטיש חשכות, און זיין ארבעטסלאזן טאג גאר געמאכט מער ארבעטסלאז.

אי משום הא פרעגט איר, האדינא, נאך די גאר נאנטע און שטארקע באציאונגען וואס הרב משזר האט אנגעקניפט מיט מייקרעסאפט-ווארד, פארוואס אין דער וועלט טראגט ער נאך אלץ דאס וועסטל.

כ'האב געקלערט דווקא נישט צו ווידמען נאך א פאראגראף איבער דעם איינעם מאדנעם בגד, אבער אז איר האט שוין געפרעגט, וועל איך ענטפערן. דער קורצער תירוץ: מ'איז נישט משנה. איינמאל דאס איז קלאר, קומט אפיר אן ערנסטע שאלה אין נדרים, און גענוי ווי די אלע אנדערע נדרים וואס פלאגט דעם יהדות החרדית, קען מען דעם למעשה-העשטעג משום איזו סיבה נישט דערכאפן — נישט נאך דעם ערב-ראש-השנה'דיגן בית דין, און אויך נישט נאך דעם פארכטיגן כל נדרי. אלץ וואס ס'בלייבט איבער צו קלערן איז צי די סיבה פון אנהאלטן די התרת-נדרים ריטואלן זעלבסט, איז אויך נישט בלויז צוליב א נדר. זאת ועוד פארמאגט שש, ווי פילע אנדערע כלי קודש, אזא סארט זייגער וואס אפערירט בלויז מיט א וועסטל — עפעס וואס דער שווער גיבט אפילו מ'ברויך נישט, און דאס אויך צוליב א שאלה, דאסמאל שוין לכאורה אין ידות-נדרים.

שש האט דורכאויס די לעצטע עטליכע יאר געמאכט א סיום מסכת אין די ניין טעג. דער יומא טבא לרבנן פלעגט פארקומען ביי זיין שווער אינדערהיים. די תענית הבשר פירט מען זיך דארט צו ברעכן אויף א טשיקן-באדעם, פערפל און קארטאפל-קוגל — דער סאמע מעניו וואס איז מקובל מסיני צו סערווירן ביי א סעודת מצווה.  כמובן איז נישט די אכילה געווען דער הויכפונקט פון מעמד. א ריתחא דאורייתא האט תמיד אויפגעריסן צווישן שש, א הויפן שוואגערס, דעם שווער און ראש הכולל וועלכער איז אגב פארנומען, נאר האט זיך כלשונו, "אריבערגעכאפט אויף א מינוט" בלויז פאר א גלעזל גרעיפ-דזשוס, זאגן מקצת שבחו בפניו, און ווינטשן אז ער זאל בקרוב מאכן נאך א סיום, און האפנטליך מיט קעלטערע גרעיפ-דזשוס.

מעשה שהיה כך היה, פאראיאר איז פאר א חבר געלונגען איבערצורעדן שש'ן צו א גרילל. יענער האט פארשפראכן סיי א מנין, און סיי א נדבן אויף דער אכילה — א איד וואס נייטיגט זיך אין א ישועה, און זוכט קערעסטירער סארט מצוות געציילטע טעג איידער חמשה עשר באב, דער טאג אין וואס לויט ווי א צדיק האט געהערט אין הימל, הייבט מען שוין אן צו קאמפאזירן שעפערישע וואטסעפפ לשנה-טובה מעסעדשעס, לקראת ימי הרחמים והרצון.

אזא געדאנק איז מתחילה אפירגעקומען ווילד-פרעמד פאר שש'ן, נאך פילע קווענקלענישן אבער, האבן די צעגערייען ערהאלטן דעם נעתר-לבקשתינו זיגל. אזא באשלוס איז כמובן נישט געקומען אויפ'ן חשבון פון דעם יערליכן סיום, נאר ווי ערווארטעט האט שש פאר'ן דאזיגן צוועק געמאכט א באזונדערן סיום — סא דאגה, זאל זיין נאך א מסכת. אז יענער איז מנדב די סעודה, מצידו, ניין טעג, ניין מסכתות.

די ברילן האבן זיך געהויבן אויפ'ן גערינצלטן שטערן, און איבער א קליינטשיגער גמרא מיט געלע קריספי בלעטער האט שש לאנצירט דעם הדרן פראצעדור. זיך צו קענען אן עצה גיבן מיט די פיצינקע אותיות וואס איז אדער אפגעמעקט, אדער שווארצער פון פעך און דערפאר קוים זעבאר, האט ער געהאלטן אפען איין אויג גרעסער פון דעם צווייטן, און די לעצטע עטליכע שורות פון מסכת גענומען כאפן ווי די שטרענגע באגרענעצונגען וועלכע ווערן אפגעכיפערט ביים סוף פון גלענצנדיגע ראדיא-רעקלאמעס. אויסגעשריגן א הדרן, און גענומען א טיפן אטעם, אזא וואס איז געווענליך מיוחד פאר די עשרת-בני-המן, אויף צו קענען אויסשיסן די פפא-ליסטע. ביי אים אין קאפ האט זיך געדוכט אז די צורבא מרבנן וועלן גאפן פון הערן ווי שטארק זי איז שוין שגורה בפיו.

פאסירט האט אבער אז נישט נאר צו דער פפא-ליסטע איז קיין אוזן קשבת נישט געווען, נאר אפילו דער יעניגער קדיש אין וועלכן ס'איז שטענדיג פאראן קאנסטרוקציע, פול מיט טינטערלעך (potholes), און שארפע דרייען, איז אנדערש ווי געווענליך אפגעזאגט געווארן אן יענץ צעמישעניש איבער צי מ'מעג בלייבן זיצן, מ'מוז שטיין, ביידע אדער קיין איינע. שש האט שוין אגב געהאט אנגעגרייט א שטיקל ליקוט איבער דעם ענין, דער מנין איז אבער געווען געבויגען איבער די גחלי אש, מיט דיקע גאפלען מאנעוורירט די שמאלציגע נתחים, ואל שש ואל מסכתו לא שעה. א געדיכטער רויך האט זיך געריסן צום הונגעריגן הימל, איבערגעלאזט א ריח פון קטורת אין די ניין-טאגיגע בגדים פון די פרעסער, אבער אויך איבערגעלאזט דעם שטאלצן שש צעמישט און פארלוירן.

מצד אחד האט ער הנאה געהאט אז דער ראש הכולל איז צום סוף נישט אנגעקומען; מצד שני האט ער געריסן פון שיטערן קמץ, און זיך געפרעגט צי ער האט גאר נישט מכשיל געווען א ציבור אבלים מיט זבחים וועלכע טוען אנגעבליך דערמאנען אין פרייד. דא האט זיך אבער דער גייסט פון קירוב צעשפילט בקרבו, און געקלערט האט ער אז אפשר מתוך שלא לשמה בא לשמה. אין קאפ האבן תיכף אנגעהויבן וועבן פלענער פאר א מער ברייטערן פראגראם איבער ס'יאר, ס'טייטש היי יאר.

למעשה אבער האט די גאס זיך דערוואוסט, און מחמת וואס ער קלערט נאך פון ארויסגעבן חיבורים, און האפנטנליך ערייכן א קאריערע פון ציפן קעיק און קלאפן מיט א גאפל אויפ'ן אויבן-אן, האט ער מחליט געווען אז ער וועט זיך אפלאזן פון אזאנע צדיקים. און ווי יענער "אמת'ער" צדיק האט געזאגט, "גערעכט, ועמך כולם צדיקים. נאר איך וועל האבן א שייכות מיט מיינע סארט צדיקים, און איר ווידער גייט צו אייערע סארט צדיקים."

צוריק צו די נדרים, וויבאלד ער האט שוין אבער פאר די ניין טעג צוגעווארפן צוויי סיומ'ס, שוב אינו חוזר. נאך אלעם איז א פליישיגער סיום נישט קיין קלייניקייט, ס'איז דוחה אפילו דעם מילכדיגן מיטוואך אויב געפאלט ער אין אים. (פארשטייט זיך מ'האט שוין אויסגערעכנט אז ס'זאל נישט געפאלן אין אזא טאג.) מילא דעם ערשטן סיום בלייבט ווייטער ביים שווער, דעם צווייטן סיום מאכט ער ביי זיך אינדערהיים. מ'עסט אויך טשיקן-באדעמס — טאקע אן פערפל און קוגל, אבער אויף א ווייסן טישטעך. 

לכבודו של אדנירם האבן מיר צעטיילט דעם ארטיקל. מ'וועט גיין דאווענען מנחה יעצט, און זיך דאן וואשן צום חלק ב', אין וועלכן מ'וועט אויך עסן דעם טשולענט.  סטעי טונד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר