שש און רויטע דעבאטע...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15260 מאל

שש און רויטע דעבאטע...

שליחה דורך אדנירם »

נעכטן נאכט האבן מיר פארברענגט צוזאמען בנעימים, [tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז געווען פארנומען מיט זיין פרישקייט איבערן פארוויילן אין אומאן דעם ראש השנה, ער האט געשפירט די אורות און געווען א הייסע חסיד פון רבינו נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.

מיר האבן ביידע געלאכט אביסל לכבוד שמחת בית השואבה, זיך טשעפענענדיג און וויצלנדיג מיט גראמען. רויטע האט געזאגט אז אפשר איז כדאי מהנה צו זיין דעם עולם מיט אונזער ווערטער אויסטויש. נו, אין מסרבין לגדול, אפשר וועט טאקע דער עולם הנאה האבן. אדער ווי יענער האט געזאגט, אויב איינער וועט הנאה האבן, וועט זיך שוין האבן געלוינט די דרשה...

אלזא, געגאנגען:
אדנירם האט געשריבן:דו זעסט אויס שטארק בשמחה, מלך אדום

רויטע וואנצעס האט געשריבן:נ נח נחמ נחמן מאומן לא יעזב אותי לעולם!

אדנירם האט געשריבן:א נייע נ-נח שוואנצעס
טאנצט מיט די שמאנצעס
מיין ליבער רויטע וואנצעס

רויטע וואנצעס האט געשריבן:חחחח‎
געווארן א נחמן שוואנץ‎
קאווע שטיבל מח, ברסלבע מרה.


אדנירם האט געשריבן:געווארן ר' נחמן'ס שוואנץ,
געכאפט אין אומאן א טאנץ,
נעבעך שוין נישט מח גאנץ,
געווען זאפטיג ווי א מאראנץ,
אבער פאר'כישופ'ט פון ר' נחמן'ס גלאנץ,
לייגט ער דארט אראפ א קראנץ,
און ער פארלירט זיין שאנץ,
אביסל שכל צו געבן אן איינפלאנץ.

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער משזר האקט אין קאפ
מישט זיך אין נזיד עדשים טאפ
אין מלך אדום א מורד
לסוף דעתו נישט יורד
היינטיגע אויבער חכם
לאכט פונעם תמים
אנחנו עם רבינו לעולם
בשעה שהוא צוחק כגולם.‎

אדנירם האט געשריבן:האב נישט קיין פאראיבל,
גארנישט קומט צו צום שטיבל,
מיין ק"ש, מיין זיסע ליבל,
וואו מ'רעדט פון רבי'ן ביזן ביבל,
און ס'טוט זיך א געווירבל,
פון אריינקריכן בעומק ביז כאפן א טיבול,
פון א כלי שבור ביז א כלי קיבול,
וואו מ'עסט אייער דווקא אן צוויבל...

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער האט צופיל קאווע געטרינקן
אין שאול תחתית געזינקן
מאכט חוזק פון יעדע הייליג זאך
מיט די הענט אוועק א מאך
אפילו ציממערמאןס קולות
מיט ראבינאוויטש תורות
וועט גארנישט אויפטוען
ווען מ'רעדט צו א קאווע טרינקער מין.

אדנירם האט געשריבן:איך קען שוין די תורה'ס,
יעדער וואס שפירט פלוצים 'אורות',
הייבט אן שפייען צרורות,
פונקט ווי תרנגולים'ס סחורה'ס,
דבריהם דברי טיפשות ובורות,
אבער האבן די חוצפה צו זאגן בברורות,
'דו ביזט א שייגעץ, א מין, און אן אפיקורס'.


רויטע וואנצעס האט געשריבן: :like
עפן א שמייכל אשכול "שש און רויטע דעבאטע".

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר