די מיסטעריע פון הרב עובדיה'ס טויט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

די מיסטעריע פון הרב עובדיה'ס טויט

הודעהדורך mevakesh » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 10:37 pm

ווי באוויסט איז מיט עטליכע יאר צוריק נסתלק געווארען אין ארץ ישראל דער גדול הדור פון אחינו הספרדים מרן הרב עובדיה יוסף אינעם יונגען עלטער פון דריי און ניינציג יאר
כלל ישראל איז דעמאלטס געווען אין שאק וויאזוי אזא טראגעדיע האט געקענט געשען אזוי אומגעראכטן און מען האט אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות צו פרובירן צו דערגיין וויאזוי דאס איז געשען
עס איז געווען א גרופע פון לינקע עלעמענטן וואס האבן געוואלט אנגעבן אז די אורזאך צו די פטירה האט געהאט עפעס צוטוהן מיט זיין עלטער אבער רוב מנין ובנין פון די ערליכע לאגער האבן דאס נישט אהנגענומען
אזוי איז דוירך איבער דריי יאר פון אומקלארקייט
אבער יעצט קומט אהן די נייעס פון ארץ ישראל אז מען איז דערגאנגען וואס האט צוגעברענגט צו די פטירה
זיין זוהן און ממשיך דרכו מרן הראשון לציון האט יעצט ביים וועכענטליכע שיעור מוצאי שבת אנדעקט אז מרן הרב הרב עובדיה איז אומגעקומען פון די גזירת גיוס
עס איז צום האפן אז די שאקירענדע נייעס וועט פירן צום ענדגילטיגע לעזונג פון די פארווייטאגטע מיסטעריע און אז די שולדיגע וועלן געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=112133
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 927
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 800 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:40 pm

זייענדיג אין ארץ ישראל אין יענע תקופה הארט איידער זיין לויטערע נשמה איז צוריקגעגעבן געווארן צום יוצר האדם, עס איז אמת ויציב. ער האט עס גענומען שרעקליך צום הארצן, מער פון רובו ככולו חסידישע מיטגלידער פון מועצת חכמי חעלעם...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1435 מאל

Re: די מיסטעריע פון הרב עובדיה'ס טויט

הודעהדורך גר ותושב » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:04 am

דערמאנסט מיר פון די פייערן וואס זענען פארגעקומען אין ארץ ישראל פאר צוויי וואכן צוריק וואס איך האב געזעין די שבת אין א קנאישע גליון ווי זיי זאגן אז די פייער איז געקומען צו ווייזן אז גאנץ ארץ ישראל וועט פארברענט ווערן עפ"ל אנדערע האבן געזאגט אז עס האט צוטוהן מיט די גזירות גיוס און ברלנדס חסידים האבן געזאגט אז עס האט צוטוהן וועיגן ברלנד זיצט אין חד גדיא עס איז אבער קיינעם נישט איין געפאלן אז דא אין אמעריטשקע איז אויך דא פייערן און די טריקענע סעזאן.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט