אי לאו האי חלומא...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

אי לאו האי חלומא...

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יאנואר 16, 2017 12:53 am

די שמחה איז גרויס יערליך ביי אונזערע געטרייע ליבעראלע חברים - כל אחד בשמו הטוב יתברך – לרגל דעם גרויסן היסטארישן יום טוב ה"ה את יום מרדכי ליפא קעניג החג הזה זמן חלומותינו, איז כדאי אביסל אויסצושמועסן קדושת היום וואס ממש אי לאו האי חלומא ווער ווייסט וואו מיר וואלטן געהאלטן היינט, מען קען זיך דאס קוים פארשטעלן. איך בין טאקע נישט שטילע שטיסל פליקער, אבער פארט לאמיר אביסל צוזאמנעמען מיט מיין ארעמע פעדער טון ווער ס'וויל קען צולייגן... (איך שרייב טאקע נערישקייטן, אבער דא איז שמייכל פארום. ווער ס'וויל גיין בייסיג געזונטערהייט, אבער די שוואכע הערצער וועלן מוזן ארויסגיין)

אי לאו האי חלומא – וואלטן מיר דאך געווען ללעג ולקלס, הגר"ד דיוק שליט"א וואלט געווען דער היטלער בדורינו מיטן זעלבן סוקסעס ה"י, די פאליציי וואלטן גע'הרג'ט עריק גארנער מיט איינמאל שרייען אנשטאט עלעף, מען וואלט אונז גע'שחט'ן אין די גאסן ואין פוצה פה ומצפצף, און קיינער וואלט נישט געהאט קיין הוה אמינא אז דער שומרים וואלונטיר האט עובר געווען אויף פן יוסיף פארן געבן דעם עקסטערן זעץ פאר דעם באנדיט בלויז ווייל ער איז א משכזניק, היינט ווייסן מיר דאך קלאר אז ער האט איהם געפרעגט פריער זיין געשלעכטליכע ארענטאציע. אי לאו האי חלומא – וואלטן מיר ווען געמוזט זיך באהאלטן אין די קאמערן און זיך שעמען מיט דעם נאמען איד, האקן קרייצן וואלטן געווען איבעראל און טראמפ וואלט אפילו נישט געדארפט קאמפיינען, ער וואלט בלויז געדארפט זאגן איין ווארט אז ער וועט דעפארטירן די ני***ס און מיר וואלטן אלע געווען אנגעוויזן אויף דייטשלאנדס חסדים. אי לאו האי חלומא – וואלט זיך אמעריקע געריקט רעכטס – זאל דער אויבערשטער שומר ומציל זיין – קיין פראגראמען וואלטן נישט געווען, מיר וואלטן אלע געמוזט ארבעטען ביטער שווער ווי אין לאגער פארן דאללאר, ריבונו של עולם, אויף וועמען וואלטן מיר ארויפגעווארפן דעם שולד דא אין שטיבל, ס'וואלט דאך נישט געווען קיין פוד סטעמפס און מעדיקעיד אפיס צו בא'גנב'נען, איז וויאזוי וואלטן מיר בארעדט דא אונזער ברידער דא, וויאזוי וואלטן מיר געקענט האקן אויפן סיסטעם, ס'וואלט דאך נישט עקזעסטירט. אי לאו האי חלומא - וויאזוי וואלטן מיר געקענט האקן אויף חרדי'שע ראסיזם, ס'וואלט דאך געווען א שפיי קעגן וואס ס'וואלט פארגעגאנגען אין די מידיא, כ'מיין וואס וואלטן די מה יפית'ניקעס דאן גע'טענה'ט דא?! אפשר אז מיר זענען נישט גענוג ראסיסטיש?!...

אי לאו האי חלומא – וואלט אלטערנעיט סייד פארקינג געווען מארגן אין עפעקט. חג שמח!
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1826 מאל

Re: אי לאו האי חלומא...

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:02 am

פארוואס טראכסטו ס'וואלט אפעקטירט אידן?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1745 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:33 am

ווייל ווען די זאכן רוקן זיך אנדערש ווי די ליבעראלן ווילן איז דאס גראד צו נאציזם, פרעג נאר די וואס קענען דיר מסביר זיין דעם עומק החורבן פון טראמפס געווינס.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1826 מאל

Re: אי לאו האי חלומא...

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:52 am

לעולם איז עס געווען א שיינער חלום. נאר במשך פון דער לאנגער פינסטערער נאכט איז פארוואנדלט געווארן אין א חלום בלהות.
אבער פארט בעסער צו בלייבן חלומ'ן ווי איידער זיך אויפכאפן און פנימ'ן די מציאות.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:00 am

לענ"ד, באמת'ן אריין איז בוש געווען א נאצי, נאר מ'האט זוכה געווען און ס'האט זיך גאנץ גוט אויסגעארבעט. ווייטער אבאמא איז נאך געווען פונקט אזא נאצי אויב נישט גרעסער, נאר די אידישע קינדער האבן נאכאמאל זוכה געווען און ס'האט זיך נישט שלעכט אויסגעארבעט (חוץ אפאר איינצעלנע פעלער, ווי רובאשקין און דזשאן קערי). יעצט טראמפ איז באמת אן אוהב ישראל (כאטש אויך א געזונטע נאצי) אבער מ'דארף נאך אלס זוכה זיין!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1426 מאל

Re: אי לאו האי חלומא...

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:09 am

ריכטיג האט געשריבן:ווייל ווען די זאכן רוקן זיך אנדערש ווי די ליבעראלן ווילן איז דאס גראד צו נאציזם, פרעג נאר די וואס קענען דיר מסביר זיין דעם עומק החורבן פון טראמפס געווינס.

אזאלכע געבראטענע...

רעיגען איז געווען א ארכי שונא פאר ליבעראלן און געברענגט מער ווייניגער אן ענדע צו די גוטע צייטן פון אמעריקע, און דאך האט אים קיינער נישט באשולדיגט אין ברענגען נאציזם. טראמפ האט בפועל אנגערייצט די נאציאנאליסטישע שלעכטע אינסטינקטן אין די באפעלקערונג, און געגעבן א האנט, און א מיקראפאן בעקיפין און נאך מער במישרין פאר די נעא נאצי גרופעס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1745 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:16 am

געהערט א טרעפליך טייטש זוצענדיג נאך שחרית ביי תיקון לכבוד דעם גרויסען טאג

זכור את אשר עשה לך עמל"ק, געדענקטס די גרויסע אויפטוען פון ערעב מארטין לוטער קינג, אשר קרך בדרך, וואס האט אפגעקילט די היצן פון ראסיזם דא און אמעריקע, זי"ע.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3068 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:58 am

דעת תורה, איך וויל נישט פארוואנדלן דעם שמייכל אשכול אין א זאכליכע שמועס, אבער בימי רעיגען האט מען געציטערט צו זאגן א ווארט, ער איז געווען א געלונגענע פרעזידענט, דער ציבור האט איהם ליעב געהאט, און די ליבעראלן האבן נישט געהאט קיין אפענע אויער ביים עולם, ווען ער קומט ווען היינט צוטאגס וואלט ער אויסגעשטאנען א סך מער קריטיק, אמעריקע האט זיך געצויגן מער לינקס, מער מינאריטעט-רעכטן זענען דורכגעפיהרט געווארן און די רעכטע האלטן זיך שוין מער איין פון זאגן אפן זייערע אמת'ע כוונות (טראמפ איז דער יוצא מן הכלל אין דעם הינזיכט, און לדעתי איז דאס די סיבה פארוואס די לינקע קענען איהם נישט אראפשלינגען), ביי געי רעכטן דרייען זיי מיט די צינג וכו'. אמאל איז געווען פארקערט, און אפילו ביל קלינטאן האט בשעתו געפיהרט מער א רעכטע קאמפיין ווי הילארי היינט.

פאר די רעקארד: איך האב געוואוט קלינטאן, און איך פארענטפער נישט טראמפס צוווילדעוועדקייט, אבער לאידך גיסא האלט איך נישט אז ער איז אזוי געפערליך, אדרבה, ער איז אן אנגעפרעסענער באקוועמער מענטש, און ער וועט זיך א סך ווייניגער אריינמישן אין זאכן וואס איז נוגע די רעכטן פון א יחיד, "די בייבל" אינטערעסירט איהם א סך ווייניגער ווי סיי וועלעכע אנדערע רעפאבליקאנע קאנדידאט וכו' וכו' קוק איבער די רעפאבליקאנע פריימערי דעבאטעס, אינדערצייט וואס די אנדערע קאנדידאטן שיסן זייערע וואליוס איז ער פארנומען בלויז מיט פראקטישע אישוס וכו' ער רעדט נישט ווי דער טיפיקעל רעכטער (ער איז דאך פארט געווען א דעמאקראט אפאר יאר). נאר וואס יא, ער האט א לויזע צינג און ער שיסט סטעיטמענטס ווי כאילו ער איז ביי זיך אין דיינינג רום, די ליבעראלן קרענקט דאס ביים הארצן, ווייל דאס ברענגט אונטער זייערע יארן לאנגע הארעוואניע צו ברענגען א סאסייעטי מצב וואס א פאלאטישן זאל נישט מעגן רעדן אזוי, און ער איגנארירט דאס כאילו לא היה, איך פארשטיי דעם ווייטאג אבער לדעתי איז דאס תמימות, אזא מצב קען סייווי נישט אנהאלטן און ס'איז נישט געפערליך, כנלענ"ד.

עד כאן, צוריק צו די ווערטלעך.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1826 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג יאנואר 16, 2017 2:43 pm

rps20170116_134241.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2078
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 2:52 pm

נו? האסט טאקע געמיינט?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1426 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:56 pm

ריכטיג: דו האסט ריכטיג אראפגעלייגט ר' מרדכי ליפא קעניג, הצעיר'ס חלום. נאר די פראבלעם איז, אז דער קדוש וטהור, דער גלח אלוקים, דער משיח פון די שחורים, כאטש ער האט געהאט א פיסק און גערעדט שיינע דברי תורה (באנוצט מיט א סאך פסוקים פון תנ"ך). און א סאך נאאיווע ליבעראלע אידעלעך האבן איהם געשטיצט. סיי פאליטיש און סיי פינאנציעל, האט ער געהאט זייער א סאך פארביסענע אנטיסעמיטן אין זיין גרופ. כאטש ער האט געוויזן א פנים שוחקות פאר זיינע פיהל אידישע שטיצערס. און ער האט אויך געהעצט א קעיגן די ווייסע עסטאבלישמענט. נאך קורץ איידער זיין פטירה. פאר דער צודרייטער, ווייסער קרימינאל האט איהם דערשאסן האט ער געהאט א גאנצע פראגראם צו גיין צו פארשידענע שטעט און אויפהעצן און אנרייצן די שווארצע באפעלקערונג. און רוב פון זיינע תלמידים האבן שוין פון לאנג אראפגעווארפן די מאסקע און זענען ארויסגעקומען אפן מיט זייער אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל.

די איינציגע גוטע זאך וואס איז ארויסגעקומען פון זיין זיכרון איז, אז די אלטערנעיט סייד טרעפיק רעגולאציעס זענען געווען סוספענדירט היינט. דער זכות זאלל איהם טאקע ביישטיין... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך אברעימל » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:09 am

מיינס א ידיד וואס זיין ווייב קומט פון א"י און זיי האבן זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקא אפאר יאר נאכ'ן חתונה, דערציילט מיר אז די ערשטער ווינטער וואס זיין ווייב האט געארבעט האט זי כסדר געהאט וואקאציע לכבוד טענקסגיווינג, קראצמוך, ניי יאר. גייט דורך צוויי וואכן און עודך, א פרישע וואקאציע, פרעגט זי איר מאן מאי האי, וואס איז דער חגא, זאגט ער מ'האט גע'הרג'עט עפעס א שווארצע, זאגט זי אזוי אויב מ'הרג'עט א שווארצע ווערט א חגא, נא לאמיר הרג'ענען נאך אפאר...
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:53 am

(התורה חסה על ממונם של ישראל, די וואויסנאוט איז ארומגעפארן נעכטן, אלטערנעיט סייד פארקינג איז סוספענדירט היינט, נישט מארגן)
בייגעלייגטע פיילס
123379352.mp3
(84.23 KiB) אראפגעלאדנט 47 מאל
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1826 מאל

Re: אי לאו האי חלומא...

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:30 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 762
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 4414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט