אי לאו האי חלומא...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2556
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2017 מאל

אי לאו האי חלומא...

שליחה דורך ריכטיג »

די שמחה איז גרויס יערליך ביי אונזערע געטרייע ליבעראלע חברים - כל אחד בשמו הטוב יתברך – לרגל דעם גרויסן היסטארישן יום טוב ה"ה את יום מרדכי ליפא קעניג החג הזה זמן חלומותינו, איז כדאי אביסל אויסצושמועסן קדושת היום וואס ממש אי לאו האי חלומא ווער ווייסט וואו מיר וואלטן געהאלטן היינט, מען קען זיך דאס קוים פארשטעלן. איך בין טאקע נישט שטילע שטיסל פליקער, אבער פארט לאמיר אביסל צוזאמנעמען מיט מיין ארעמע פעדער טון ווער ס'וויל קען צולייגן... (איך שרייב טאקע נערישקייטן, אבער דא איז שמייכל פארום. ווער ס'וויל גיין בייסיג געזונטערהייט, אבער די שוואכע הערצער וועלן מוזן ארויסגיין)

אי לאו האי חלומא – וואלטן מיר דאך געווען ללעג ולקלס, הגר"ד דיוק שליט"א וואלט געווען דער היטלער בדורינו מיטן זעלבן סוקסעס ה"י, די פאליציי וואלטן גע'הרג'ט עריק גארנער מיט איינמאל שרייען אנשטאט עלעף, מען וואלט אונז גע'שחט'ן אין די גאסן ואין פוצה פה ומצפצף, און קיינער וואלט נישט געהאט קיין הוה אמינא אז דער שומרים וואלונטיר האט עובר געווען אויף פן יוסיף פארן געבן דעם עקסטערן זעץ פאר דעם באנדיט בלויז ווייל ער איז א משכזניק, היינט ווייסן מיר דאך קלאר אז ער האט איהם געפרעגט פריער זיין געשלעכטליכע ארענטאציע. אי לאו האי חלומא – וואלטן מיר ווען געמוזט זיך באהאלטן אין די קאמערן און זיך שעמען מיט דעם נאמען איד, האקן קרייצן וואלטן געווען איבעראל און טראמפ וואלט אפילו נישט געדארפט קאמפיינען, ער וואלט בלויז געדארפט זאגן איין ווארט אז ער וועט דעפארטירן די ני***ס און מיר וואלטן אלע געווען אנגעוויזן אויף דייטשלאנדס חסדים. אי לאו האי חלומא – וואלט זיך אמעריקע געריקט רעכטס – זאל דער אויבערשטער שומר ומציל זיין – קיין פראגראמען וואלטן נישט געווען, מיר וואלטן אלע געמוזט ארבעטען ביטער שווער ווי אין לאגער פארן דאללאר, ריבונו של עולם, אויף וועמען וואלטן מיר ארויפגעווארפן דעם שולד דא אין שטיבל, ס'וואלט דאך נישט געווען קיין פוד סטעמפס און מעדיקעיד אפיס צו בא'גנב'נען, איז וויאזוי וואלטן מיר בארעדט דא אונזער ברידער דא, וויאזוי וואלטן מיר געקענט האקן אויפן סיסטעם, ס'וואלט דאך נישט עקזעסטירט. אי לאו האי חלומא - וויאזוי וואלטן מיר געקענט האקן אויף חרדי'שע ראסיזם, ס'וואלט דאך געווען א שפיי קעגן וואס ס'וואלט פארגעגאנגען אין די מידיא, כ'מיין וואס וואלטן די מה יפית'ניקעס דאן גע'טענה'ט דא?! אפשר אז מיר זענען נישט גענוג ראסיסטיש?!...

אי לאו האי חלומא – וואלט אלטערנעיט סייד פארקינג געווען מארגן אין עפעקט. חג שמח!
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר