נייעס: גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

נייעס: גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]הורי ותלמידי מוסדות החינוך בארה"ב וקאנאדא נעמען אויף ענטוזיאסטיש גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג אינערהאלב חרדישע מוסדות אומעטום.

וויליאמסבורג: נעכטן ערב די גרויסע שניי שטורעם איז פארגעקומען א דרינגענדע אסיפת הרבנים מיט אלע ראשי המחנכים אין ניו יארק, און איז אויך מיטגעהאלטן געווארן דורך א הוק-אפ (לייוו בראדקעסט) מיט די מוסדות החינוך פון קאנאדא, ביי די אסיפה איז אויפגעברענגט געווארן די גרויסע פלאגעניש פאר די תשב"ר און די בחורי חמד וואס אזא שניי זארוכווע ברענגט מיט זיך, חוץ די ביטול תורה איז עס א געפערליכער ביטול הזמן און פיזור הנפש, און די זעלבע פאסירט ביי סיי וועלכער אנדערער שווערער וועטער. ביי דער אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן אסאך הצעות אבער כולם פה אחד האבן מחליט געווען אז עפעס מוז געטוהן ווערן. און ווי איינער פון די רעדנער האבן מדגיש געווען לעבן מיר שוין אצינד אין 2017 מ'קען שוין קריכן אויף די לבנה, נישטא אזא זאך אז מ'קען נישט טון סיי וואס, כאטש מיר ווילן בלייבן במחשבה אין די אכצענטע יאר הונדערט ווען ס'קומט אבער צו חינוך הבנים איז נישטא גארנישט וואס קען אונז און וועט אונז צוריקהאלטן.

אויפן פלאץ איז אויך אנוועזענד געווען עטליכע חב"ד'סקע רבנים ומחנכים, וואס אגב דאס צוזאמארבעט פון א פארשידענע אנדערע צווייגלעך פון די יהדות החרדית האט געווארפן א קאלירפולער און קלארער בליק וואס מ'קען אלץ אויפטוהן ווען מ'ארבעט צוזאמען, איינער פון די רבני חב"ד האבן ארויסגעברענגט אז זיי נוצן שוין א לאנגער צייט קלאסן אויפן אינטערנעט צו מחנך זיין די קינדער בערי הפרזות ווי זייערע עלטערן פארן פאר שליחות, נאכן איבערגיין דעם ענין לארכו ולרחבו איז באשטעטיגט געווארן אז מ'גייט מייסד אזא תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ א פולקאמער תלמוד תורה פאר אזעלעכע וועטערס ווען מ'קען נישט פארן מיט קיין באסעס צום תלמוד תורה, ווי די פלאן לויטעט וועט יעדע מלמד ווייטער פארלערנען פאר זיינע תלמידים אין באזונדערע קלאסן אויפן ברייטן געוועב, די אנטווארט פון די אנוועזענדע איז געווען גאר פאזעטיוו, און ווי עטליכע האבן זיך אויסגעדריקט, מיר האבן די כלים אויסצופירן למעשה גדולות ונצורות מיטן אינטערנעט אין ס'איז אשאד מזאל עס נישט אריינברענגן צום דינסט פון די חינוך פון אונזערע צאן קדשים.

ווי עטליכע פון די חשובע רבנים האבן ארויסגעברענגט זייער דעת תורה דארפן מיר ארויסנעמען די חלק הטוב פון יעדע זאך וואס גאט האט באשאפן, די חלק הטוב וואס די אינטערנעט ברענגט מיט זיך איז מבטל ברוב אלע אירע חסרונות, און ווי נישט ווי געפינט זיך עס אין יעדע אידיש שטוב, טא פארוואס זאל מען נישט אויסניצן אירע גוטע חלקים, ווי ס'באקאנט וואס די ספה"ק טייטשן כי 'ממנו' נקח לעבד את ה' אלקינו.

מיט א אחדות זענען די רבנים הגה"צ זיך צוגאנגען מיטן ציל אויפצוטוהן פאר די עתיד פון די חינוך פון אונזערע קינדער. כלל ישראל לויבט צו קל חי שהבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, כאטש דער גוי נוצט דעם אינטערנעט פאר נערישע זאכן לביטול הזמן, וועלן מיר דערמיט מרבה זיין חכמה וישיבה, מיר וועלן דאס אריינעמען לקדושה, לקדשינו ולטהרינו בקדשתך העליונה דורך לימוד התורה, און איר אריינברענגן אין אונזערע חינוך ארסענאלן און דערמיט איבערקליגן די פגעי הזמן.

די בשורה איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן אין אלע היימישע געגנטער און איז פריילעך אויפגענומען געווארן דורך די טויזענטער עלטערן און קינדער וואס ווערן נתחנך אין אונזערע מוסדות הק', אויפן פלאץ איז אויפגענומען געווארן א הנהלה וואס וועט זיך באפאסן מיט די טעכנישע חלקים, ווי אויך איז אויפגענומען געווארן א גרופע טעכניקער וואס וועלן אויפבויען דעם נייעם תלמוד תורה אויף א באזונדערע זייטל אויף די וועב. א קרן הבנין קאמפיין וועט נאכפאלגן אין די קומענדע טעג. ווי מ'געבט איבער פון די הנהלה וועט דער תלמוד תורה שוין שטיין גרייט צום באנוץ דעם קומענדן יאר. פונקטליכע דעטאלן וועלן נאכפאלגן. ותלמוד תורה כנגד כולם.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר