די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:05 am

די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!
אט דאס זענען די ווערטער פון צענדליגער ביישויער וואס האבן היינט צוגעזעהן קליפ און קלאר די אפשטייטש פון כשהם יורדים, אלע האבן קלאר געזעהן וואס דאס מיינט אז מ׳פאלגט נישט אויס א דעת תורה און איבער אלעם איז אויפגעדעקט געווארן די ריכטיגע פרצופים פון די פארשוינען וואס זוכן חרוב צו מאכן כלל ישראל.

שוין עטליכע חדשים וואס כלל ישראל האלט מיט די פארזענדליכע מערכה וואס די רבנים הגאונים הצדיקים שליט״א גדולי ומאורי הדור פירן קעגן עטליכע פון די קצה המחנה, אזאנע וואס כלל ישראל האט שוין לאנג אויסגעשפיגן און קומען נאר צוריק אנזייען חורבנות אין כלל ישראל האפענדיג אז דערמיט וועלן זיי איינמאל פאר אלעמאל געבן א לעקציע פאר אלע חרדים, טיילמאל קומען זיי מיט טענות אויף מציצה בפה, אנדערע מאל מיט טענות אויף דעם וואס מ׳לערנט נישט גענוג לימודי חול, און דאסמאל זענען זיי געקומען לערנען דאס יוגענט וויאזוי מ׳קען אנפייפן די עלטערן און די מחנכים מכלומרשט מיט א מערכה קעגן די אינטערנעט. ווי געשולטע משכילים האבן זיי זיך אריינגעגנבעט דורך א הונטער טירל איינרעדנדיג די קינדער אז זיי מיינען נאר זייער טובה פון שפיעלן געימס מיט זייער אזוי גערופענע שומרים קארטלעך, זיי האבן געמיינט אז זיי קענען דורכברעכן אונזער חומה בצורה וואס טיילט אונז אפ פון די שמוציגע גאס. אבער דא זענען אריינגעקומען אין בילד די חשובע רבנים וואס האבן כולם פה אחד אנגעהויבן מעורר זיין כלל ישראל איבער די בייזע משכילישע ווינטן וואס שטורעמען און זענען עלול צו פארשוועמען אונזערע דורות, כלל ישראל האט דערהערט די געשריי און ארויסגעווארפן פון שטוב די אלע טריפה׳נע אומאיידעלע בילדער וואס די מיסיאנערן האבן אנגעווארפן אין די אידישע געגנטער.

אויב איז נאך איינער געווען סקעפטיש איבער די געמיינקייט פון די אלע וואס מיינען מכלומרשט אונזער טובה, האט מען היינט געזעהן דאס אומגעלויבליכע, די זעלבע חברה וואס האבן אנגעשטעלט א פרצוף כאילו זיי ווילן מונע זיין ראיות אסורות, ווי נאר זיי האבן געזעהן כי כלתה עליהם הרעה, סאיז נתגלה קלונם אין די אידישע גאס וואס זייער עכטע מטרה איז, זענען זיי ארויסגעקומען אין די עמטליכקייט מיט זייער עכטער פלאן פון להשמיד להרוג ולאבד, צו פארברענען אידישע נשמות אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און זענען ארומגעפארן ברחובה של עיר מיט גרויסע לאסט טראקס וואס האבן געטראגן אויף זיך זייער אומאיידעלע בילדער, דערמיט האבן זיי פרובירט זייער לעצטע מיטל צו אראפירן דאס יוגענט פונעם דרך המסורה לנו מדור דור, דער מיטל האבן זיי בירושה פון עמלק אליין וואס האט געוואוסט אז אויב וועט ער מטמא זיין כלל ישראל וועט ער זיי קענען בייקומען. אויב האט זיך נאך עימיצער געחלומט אין זייער מטרה האבן זיי היינט אראפגענומען זייערע מאסקעס און געוויזן פארן פובליק זייער אמת׳ר ציל.

ווי עטליכע ווייזן אן איז די חוצפה דריי פאכיג ווייל אפילו דער גוי ווייסט און רעספעקטירט אז אין די אידישע קאמיונעטי זענען אויסגעלאסענע בילדער אסור, און טאקע דערפאר האלטן די סיטי באהערדע א עינא פקיחא און זענען כסדר אין קאנטאקט מיט די עסקנים איבער די אדווערטייזמענט אויף די סיטי באסעס, אצינד אז זיי וועלן זעהן וואס די אידן אליין לייגן ארויף אלץ אדווערטייזמענט וועט דאס נאר שווערער מאכן די ארבעט צו היטן אונזערע גאסן.

דאס יאר פורים וועט כלל ישראל אפגעבן א באזונדערע שבח והודאה שלא השבית לנו גואל והבדלנו מן התועים און מיר האבן נאך רבנים וואס פירן אונז על מי מנוחות, און זיי האבן פאראויס געזעהן די געפערליכע סכנה וואס לאקערט אויף כלל ישראל, און מיט זייער כח התורה און סייעתא דשמיא איז זיי געלונגן אפצושטעלן די צבועים נאך פאר ס׳האט אפגעקאסט ערענסטע קרבנות פון די יוגענט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שלום שטיסל אום מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1737 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג פעברואר 27, 2017 2:06 am

איך לייג ארויף די בילדער מיט אנטשולדיגונג.
ס׳איז נאר פאר די וואס זענען העכער אכצן יאר אלט
בייגעלייגטע פיילס
IMG_4690.JPG
IMG_4689.JPG
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1737 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:19 am

פארשטייסט פין א טראק וואס פארט כאפסטו א בילד.

פין דער מענטש וואס פארקויפט האסטו מורא געהאט? פחדן!!
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2377
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1260 מאל

Re: די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג פעברואר 27, 2017 1:28 pm

שלום שטיסל = קעניג פון סארקאסיזם.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2785 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג פעברואר 27, 2017 6:08 pm

אישתישבי האט געשריבן:פין דער מענטש וואס פארקויפט האסטו מורא געהאט? פחדן!!

וועלכע מענטש רעדסטו?
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1737 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

Re: די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!

הודעהדורך יעלה ויבא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 7:43 pm

האב איך יעצט געזען די שומרים טראק פארען אויף די פיפצענטע עוועניו.
א בחור'ל אזוי ווי די וואס שטייען ביי די שמות טראקס דרייווט עס. א שאד איך האב נישט געקענט זען צי ער האט א סמארטפון.
פחדנים, דרייען איבער א שטאט אבער האבען נישט די בצים צי ווייזען ס`פרצוף.

lead, follow, or get out of the way
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 272
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג פעברואר 28, 2017 4:00 pm

שלום, כאפטס גאר נישט אז דאס איז א עד פאר שומרים קארטלעך מיט מציצה בפה בענעזאם...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5713
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2607 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט