די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]די רבנים האבן געהאט א ווייטן בליק!
אט דאס זענען די ווערטער פון צענדליגער ביישויער וואס האבן היינט צוגעזעהן קליפ און קלאר די אפשטייטש פון כשהם יורדים, אלע האבן קלאר געזעהן וואס דאס מיינט אז מ׳פאלגט נישט אויס א דעת תורה און איבער אלעם איז אויפגעדעקט געווארן די ריכטיגע פרצופים פון די פארשוינען וואס זוכן חרוב צו מאכן כלל ישראל.

שוין עטליכע חדשים וואס כלל ישראל האלט מיט די פארזענדליכע מערכה וואס די רבנים הגאונים הצדיקים שליט״א גדולי ומאורי הדור פירן קעגן עטליכע פון די קצה המחנה, אזאנע וואס כלל ישראל האט שוין לאנג אויסגעשפיגן און קומען נאר צוריק אנזייען חורבנות אין כלל ישראל האפענדיג אז דערמיט וועלן זיי איינמאל פאר אלעמאל געבן א לעקציע פאר אלע חרדים, טיילמאל קומען זיי מיט טענות אויף מציצה בפה, אנדערע מאל מיט טענות אויף דעם וואס מ׳לערנט נישט גענוג לימודי חול, און דאסמאל זענען זיי געקומען לערנען דאס יוגענט וויאזוי מ׳קען אנפייפן די עלטערן און די מחנכים מכלומרשט מיט א מערכה קעגן די אינטערנעט. ווי געשולטע משכילים האבן זיי זיך אריינגעגנבעט דורך א הונטער טירל איינרעדנדיג די קינדער אז זיי מיינען נאר זייער טובה פון שפיעלן געימס מיט זייער אזוי גערופענע שומרים קארטלעך, זיי האבן געמיינט אז זיי קענען דורכברעכן אונזער חומה בצורה וואס טיילט אונז אפ פון די שמוציגע גאס. אבער דא זענען אריינגעקומען אין בילד די חשובע רבנים וואס האבן כולם פה אחד אנגעהויבן מעורר זיין כלל ישראל איבער די בייזע משכילישע ווינטן וואס שטורעמען און זענען עלול צו פארשוועמען אונזערע דורות, כלל ישראל האט דערהערט די געשריי און ארויסגעווארפן פון שטוב די אלע טריפה׳נע אומאיידעלע בילדער וואס די מיסיאנערן האבן אנגעווארפן אין די אידישע געגנטער.

אויב איז נאך איינער געווען סקעפטיש איבער די געמיינקייט פון די אלע וואס מיינען מכלומרשט אונזער טובה, האט מען היינט געזעהן דאס אומגעלויבליכע, די זעלבע חברה וואס האבן אנגעשטעלט א פרצוף כאילו זיי ווילן מונע זיין ראיות אסורות, ווי נאר זיי האבן געזעהן כי כלתה עליהם הרעה, סאיז נתגלה קלונם אין די אידישע גאס וואס זייער עכטע מטרה איז, זענען זיי ארויסגעקומען אין די עמטליכקייט מיט זייער עכטער פלאן פון להשמיד להרוג ולאבד, צו פארברענען אידישע נשמות אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און זענען ארומגעפארן ברחובה של עיר מיט גרויסע לאסט טראקס וואס האבן געטראגן אויף זיך זייער אומאיידעלע בילדער, דערמיט האבן זיי פרובירט זייער לעצטע מיטל צו אראפירן דאס יוגענט פונעם דרך המסורה לנו מדור דור, דער מיטל האבן זיי בירושה פון עמלק אליין וואס האט געוואוסט אז אויב וועט ער מטמא זיין כלל ישראל וועט ער זיי קענען בייקומען. אויב האט זיך נאך עימיצער געחלומט אין זייער מטרה האבן זיי היינט אראפגענומען זייערע מאסקעס און געוויזן פארן פובליק זייער אמת׳ר ציל.

ווי עטליכע ווייזן אן איז די חוצפה דריי פאכיג ווייל אפילו דער גוי ווייסט און רעספעקטירט אז אין די אידישע קאמיונעטי זענען אויסגעלאסענע בילדער אסור, און טאקע דערפאר האלטן די סיטי באהערדע א עינא פקיחא און זענען כסדר אין קאנטאקט מיט די עסקנים איבער די אדווערטייזמענט אויף די סיטי באסעס, אצינד אז זיי וועלן זעהן וואס די אידן אליין לייגן ארויף אלץ אדווערטייזמענט וועט דאס נאר שווערער מאכן די ארבעט צו היטן אונזערע גאסן.

דאס יאר פורים וועט כלל ישראל אפגעבן א באזונדערע שבח והודאה שלא השבית לנו גואל והבדלנו מן התועים און מיר האבן נאך רבנים וואס פירן אונז על מי מנוחות, און זיי האבן פאראויס געזעהן די געפערליכע סכנה וואס לאקערט אויף כלל ישראל, און מיט זייער כח התורה און סייעתא דשמיא איז זיי געלונגן אפצושטעלן די צבועים נאך פאר ס׳האט אפגעקאסט ערענסטע קרבנות פון די יוגענט.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום שטיסל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר