- ליע עוועניו -

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

- ליע עוועניו -

הודעהדורך הבל וריק » מאנטאג פעברואר 27, 2017 7:38 pm

ווייניג מענטשן ווייסן ווי אזוי אויסצוניצן א זעלטענעם ציכטיגן וועטער. נישט נאר זעהט מען נישט קיין נחת דערפון נאר דאס איז נאך א דאגה אויפן קאפ אויך. 'ווי קען מען גיין',  'א שאד איך זיץ אינעווייניג', אנדערע קרוינען עס גאר אלס אן עבירה צו זיצן אינדארס, ווי כאילו די מצוה בעצם איז ארויסשלעפן די קאמפיוטער אויפן גאס. טאקע פארהאן געוויסע מענטשן וואס וואלטן ליבערשט געוועלט א פארוואלקנטער טאג איבער א זוניג'ן, בלויז פטור צו ווערן פון די אחריות וואס שיינעם טאג ברענגט מיט זיך. פאריגע וואך איקלע לי יומא כזה, דער חלום וועטער איז אנגעקומען. והנה, נאכן טראכטענדיג דריי, האב איך באשלאסן צו כאפן א שפאציר אין מיין שטאט - וויליאמסבורג. אנדערש ווי א געווענליכן שפאציר האב איך זיך דאסמאל אנגעטוהן טוריסט-ברילן זיך ערמעגליכנדיג צו אבזערווירן די הלוך ילך, ווירבלעריי און געפילדער אינעם עיר ועם בישראל.

אהן א קאמערע און אהנע זין ברילן מיט די בלויזע צוויי הענט פארשטעקט אין די מאנטל טאשן הייב איך אן ארויפשפרייזן די אבי אבות הרחובות - ליע עוועניו, באטראכטענדיג דאס מענטשהייט אין איר נאטור און קולטור. איך שטיי ביים נייעם צענטער, ליע - וואלאבאוט, פארענט פונעם מאוסט וואנטעד רויאל אפארטמענטס קאפל טורמע, וואו עס שטייען יעצט אינדרויסן א פלאטע פון געשמאקע טורבאן-טעלעפאון-האלטער לעידיס, ווארטענדיג אויפן באס. ס'טוטצעך א פלוידעריי און געפילדער ווי די אנדערע זייט מחיצה ביי א דרשה. חוץ די פאר איי נאו'ס, מיי האסבענד'ס און נעבעך האסט געהערט'ס האב איך נישט קיין סך אויפגעכאפט פונעם העפטיגן שמועס האב איך ווייטער געוואנדען מיינע פיסטריט אין ריכטונג פון אלט וויליאמסבורג.

היות ס'איז נאכמיטאג צייט זענען צופיל יונגעלייט נישט בנמצא אויף די גאסן, מער ווייניגער בלויז נשים צדקניות. דא דארט זעהט מען א נארוואס פארהייראטע פארפאלק שמועסען און לאכן משוגע געשמאק מוכן ומזומן אינאיינעם צושמאלצן צו ווערן, אדער גאר א שטילע און גט'ליכע פארפאלק וואס וואקן זייט ביי זייט און זעהען זיך אחור צו אחור. טיילמאל שטראלט דעם יונגערמאנ'ס פנים אז סא נחת צוצוקוקן. ווי גייט די ווארט פונעם קאצקער: פארוואס ווערן שנה ראשונה אינגעלייט אזאנע עובדים פלוצים? ווייל זיי זעהען ווי גוט די ערשטע מצוה איז...

איצטער וואק איך דורך טויס פאר-יו, די אלוועלטליכע חול המועד פארגיטיגונס געשעפט, די געבורטס ארט פון אלע קינדערישע חלומות אין קאפ, און שפייעכטס אין מויל. הארט נעבן דעם אטאמאטישן סליידינג טיר, וואס באגריסט תמיד יעדן פארבייגייער אירע, שטייט א שטרענגע מאמע מיט א לאנגען וואלענעם מאנטל און טריקענע רויטע הענט, און מוסר'ט איר קליינעם ראציג פארוויינטן זעקס יעריגן טריפל זעראו מגולח מיטן ריזיגן קאפל, הויעך אויפן קול. "מאמי האט נישט קיין געלט פאר אזא טייערען שפילצייג, האסט שוין באקומען חנוכה א.." -"אבער אבער אלע יונגלעך פון מיי.." - "נעבעך פאר די יונגלעך, נעבעך אז די תורה מאכט זיי נישט פרייליך! וואס זאגט טאטי שטענדיג טוב לי תורת פיך מיי נא.. זאג שיין, מאלפי, מאלפי זהב ואאא - חעיסעד! זייער גוט, יעצט לייג שיין צוריק דעם שפילצייג פון ווי דיסטעס גענומען - די ווייסט וואס פאסירט אויב מאמי ציילט ביז דריי"  דעם נאבעלען מאמע דארף מען גוט אויפפראסקענען, קודם כל - הער אויף פאבריצירן א שטאטוס פון ווי ווייניג געלט דו האסט, אמת געלט טראגט נישט קיין געוויכט, אבער דעי - 'ווי דאונט העוו' שטיק איז מגעיל, קויף יא קויף נישט אבער הער אויף ארומ'מצב'ן איבער די ארעמקייט. עס קומט פון עפעס אן אומקאנפידענס און אינערליכע דערביטערטקייט דערויף, נישט פון אן אינערליכן נאבלקייט. נאך א זאך באצווינג נישט קיין אידילאגיע אויפן קליינעם קאר'עלע לאווער וואס געזעגנט זיך דערמיט מיט טרערן אין די אויגן. שטופט נישט דעם 'טוב לי' ווי א געצוואונגענעם גולאש נאכטמאל. באלעסטיג נישט קיין בן-אדם מיט ווארימע דיבורים ווען די מח איז אים פארשפילט מיט עפעס אנדערש.

(ס'דערמאנט מיך פונעם קעיק רויבעריי וואס איך האב לעצטנס בייגעוואוינט ביי א שמחה.
איך זיץ ביי א קידוש און זעה נעבעך איינע פון די מחותנים האלטן אן אויג אויפן טעצל געבעקסן פון פארענט. דאס האנט נאטורליך פארשפילט הארט דערנעבן, ווארטענדיג אויף א שטילע ליידיגע מינוט. ענדליך שארט ער שוין צו ס'האנט צום זעווען לעיער, אראפברעכענדיג בלויז דאס קעפל זיינעם, און מיט א קונצליכן איידלקייט, ניצענדיג בלויז איין האנט און דריי פינגער, ער מאכט דערפון א ענדגילטיגן יחץ שוין מיט א וואסעריגן מויל, ווען ממש א הרף עין אוועק פון די קישקעס ווערן אים נעבעך אלע פלענער האסטיג צורינען דורך א פרישער קרוב וואס האט פונקט יעצט באשלאסן אפצוגעבן א לאנגן דעטאלירטן מזל טוב. איך זעה אים נעבעך בלית ברירה אויסלאזן די באהאלטענע שטיקל מזונות און מיט א שנעלן וויש אריין אינעם טישטוך געט ער יענעם דעם נארוואס בארויבטן האנט אפנעמענדיג די גאר ווארימע ברכות, ערלויבענדיג א פרישע ליניע ווינטשערס זיך צו פארמירן פון אהונטער. כלל זו נקוט בידך, ווען א בעל שמחה האלט אכילה אין די האנט, איז א קורצע מזל טוב גענוג. אגב, האלט איך סתם אזוי אז די וואס קוקן יענעם אין די אויגן אריין בשעת'ן אראפציפן אזא שטיקעלע קעיק פון טאץ גייען נידון ווערן מיט עקסטרע היי קוואליטי צואה רותחת - דאס הייסט א ריכטיגער מתכבד בקלון חבירו, און לדעתי איז דאס ארגער ווי לאכן פון אן אויסגעגליטשטן.)

דער אמת איז, ווער בין איך דען יענעם מוסר צו זאגן, איך ווייס. אבער איך האב אזא בייסיגע שנאת חנם שוואכקייט צומאל, איבערהויפט ביי די סארט מענטשן. די סארט וואס ווען איך כאפ זיך בטעות אריין פון זיי ביים באצאלן, באקום איך פון זיי דעם 'אינגערמאן איר מעגט זיך שעהמען' - ס'שטייען דא "אנדערע" מענטשן פאר דיר. "אנדערע" הייסטעס, אהא ס'הייסט פאר אייך זארגט איר נישט. אויב אזוי זארג איך זיך אויך נישט פאר מיינעטוועגן נאר פארן כבוד התורה.

אביסל ארויפציר ביי ליע העיווערד, אין פארנט פונעם שטאטס קאפיטאל - 199, שטייט א כמו קילער יונגערמאן מיט א הארט געביגלטן קנעפל באדעקטן אילמיו, שמאלע הויזן שיינע לויפערס, מיט א האריזאנטל געבויגענעם איי פאון האלטער צוגעטשעפעט צום פאסיק ווי עס ליגט א העווי דוטי באשיצטן עפל געלעכערטן אייפאון, די עלנבויגן אנגעלענט ביים פענסטער פון א דובל פארקט אינפיניטי, און שמועסט מיטן דרייווער - גראדע יא א לבוש בציציות צמרי. טוטצעך א פייפעריי און בהלה, יונגע ווייבלעך און היימישע ביזנעסלייט גייען ארויף און אראפ די שטיגן פונעם באקאנטן ליע עוועניו קעפעי, דער מיט אן איבערגעפילטע קאווע און דער מיט א סענדוויטש. אינעווייניג זיצט יעצט גראדע א רייסער מדור הישן אין א געמיינזאמען געשפרעך מיט א שווארצן פאליציי סארזשענט, און בלאשט יעדעס מאל א פרישע פערזאן עפנט דעם פאדערשטן טיר. כאטש קען איך איינעם וואס די חדר חלומות זענען אים פארווירקליכט געווארן. אוצר ספרים געשעפט ווירבלט מיט פרויען און די שטיגן מיט קעריזשעס. טוטצעך אפ דארט העפטיגע דעבאטעס איבער וועלכע מיאוס'ערע סילבער פלעיטעד חלה טאץ צו קויפן. ביי די ראלאש פון מחניים ביכלעך שטייט א קליין בחור'ל און פרובירט נעבעך אריינצובליקן דערין אהן דעם וואס איינער זאל אים פאקן ביי די מעשה.. כאילו ער זיכט עפעס ספעציפיש פאר זיין קליינעם ברידער און איז נאר בודק די הסכמה, ווי די הכשרים זיכער אויף א געשאנקענעם טשוקולאד.

ביים קארנער, נעבן שרייבערס פרוכט געשעפט, שטייען צוויי עלטערע יידן ווארטענדיג אויפן בארא פארק באס, איינער מיט א פלאכן ביבער הוט און א גרויען לאנגן בארד. לויט די אויסזעהן איז ער פון די לוחמי הפלעצער אויפן באס. ער האט זיך זיכער זיין דעזיגנירטן ארט וואו קיינער טאר נישט זיצן, זאל עס זיין סטיווען האוקינג אליין. דער צווייטער, גייט א מאדנעם הוט, מאדנע ברילן און פאות, ער איז פון די מענטשן וואס איך וואונדער זיך שטענדיג ווי זיי וואוינען. ער איז פון די סארט מענטשן וואס ווערן געזעהן טאקע בלויז אויפן בארא פארק באס און ביי שריפת חמץ. מען זעהט אים קיינמאל נישט ארויסוואקן פון א הויז.
דערנעבן אין א זייט, שטייען א רייע פרויען, מייסטענס עלטערע, איינע פון זיי א רונדיגע אלטיטשקע מיט די קליינע ברוינע שיך רעדט הויעך אויפן סעלפאון, א האלבע צייט זייענדיג בלויז פארנומען צו זיי הערן זיך איינער דעם צווייטן. לעבן טויבערס קליידער געשעפט זיצט א פעשער רחמנות מיט א ציגארעטל און בעט מיך צדקה, וואס איך זאג נעבעך אפ, שטענדיג מיטן אויסרייד אז יעצט בין איך אויך נישט מסודר גענוג צו זיין א גוטער, און דערפאר בארעכטיגט אפצוזאגן די מצוה.

די גאסן ווירבלן מיט נשים צדקניות - שייטלעך מיטן חוזק בענדל, הערמאטיש פארדעקטע קעפ, אפענע סינטעטישע שטרוי, פון שמאטעס און טורעמעס אויף די קעפ ביז די גאר לאנגע געדרייטע לאקן. באגעבוס, יאו יאו'ס, הויכע קעריזשעס, באשמירטע ווי נישט באשמירטע אלע שפרייזן ארויף צו אראפ. די וואס קומט מיר יעצט אנטקעגן קוקט אויס ווי זי איז אויפן וועג צום רויטן טעפיך, הגם עס איז בכלל נישט אויסגעשלאסן אז זי איז בלויז אויפן וועג אראפ צו וואפיס און אפשר פאר א באגעגניש מיט א שוועסטער ביי אייזקרים האוז. גיי ווייס פון וועם זי באהאלט איר אמת'ן פרצוף. טויזענטער אזאנע באשמירטע שטורעמען די פשוטע הארדווער געשעפטן און גראסערי'ס. נו שוין, ווען די מעיקאפ איז ווען כדבעי - די בלאש נעמט נאטורליך ארום די בעקעלעך און די לישטיק איז בלויז אויסגעלייגט אויפן עצם ליפ, החרשתי. אבער ווען דער עולם לויפט ארום מיט חמץ'דיגע שטערנס און באשמירט ווי די כלה ביי א מאק וועדינג, דאס איז שוין א דאפעלטער שאנדע.
ווייטער, די וואס גייען שוין יא מעיקאפלאז הערסטע, קוקן אויס  אויסגעוועטשט, בלאס, רויט און פארבערגלט ווי מיין פיס נאך א הייסע מקווה. א נאטורליכע גלאטע איידעלע יפת מראה איז א יקר המציאות. וואס איז יא הצד השווה שבהן איז אז אלע זענען העכסט איבערצייגט און זיכער מיט זייער פערזענליכע לעבנסשטייגער, יעדער ביי זיך שפירענדיג ווי די אולטומאטישן סימבאל פונעם כל כבודה בת מלך.

ביי קארנער היוז, אויך נעבן א שפילצייג געשעפט גראדע, האלט איך שוין מיט די צווייטע מאמע-קינד עפיזאד פונעם טאג, די עצם בארבארישן אקט האב איך נישט מיטגעהאלטן, אבער די קוויטש און די פלוצים'דיגע הילכיגן געוויין אויסברוך פונעם קינד האט שוין פארציילט אז דא האט פאסירט א כעס'יגן ציפ פון א גערעגטע מאמע. שטייט די הילפלאזע מאמע נעבעך פארלוירן דארט אינעם אייגן געשאפענע סומאטוכע, קוקענדיג מיט א פאלשן שמייכל צו די פארבייגייענדע פרובירענדיג צו בארואיגן דאס קינד פונעם אטעם פארכאפנדן שטעכעדיגן קייך. די שולד געפילן שיינען ארויס פונעם מאמע'נס פרצוף ווי א פאדי טרעינד באמאכטן קינד. גאנצעטע מתנות ווערן צוגעזאגט ער זאל איר אויפהערן שאטן פאר שידוכים און שטילשווייגן. דאסמאל רעג איך זיך מער אויפן קינד גראדע. איך גלייב נישט אז עפעס אנדערש סיידן עקשנות האט געקענט דעם מאמען אזוי ארויסנעמען פון די כלים. עקשנות'דיגע קינדער זענען דאס ארגסטע זיי מוז מען מאכן וויינען, סא מצוה רבה. די פראבלעם איז נאר אז דערנאך פילט מען זיך שלעכט.

ביי ליע - היוס קומען מיר אנטקעגן צוויי עלטערע פרויען מיט בערישע געל ברוינע מאנטלען פארשמיטע אויגן ווי די מצריים פארצייטנס, אנטשיידנדיג א יארן לאנגע פליאה מיינע איבער וועלכע פרויען וואלטן אומגעקומען אריינטרעטענדיג אין רבי צדוק'ס אויסגעביסענע פייג. נישט איינמאל האבן זיך די צוויי ארונטערגעלייגט דעם מעסער זיך צו פארשענערן דעם פנים און שפיציגער מאכן די נאז, אלע באטאקסער קוקן אויס אין א געוויסע זין משפחה, פון זשעקסאן ביז אט דיזע מיסיס שטופמיך'ס.
נעבעך, אין פארענט פון מיינע אויגן האט דער בעלעבוס פון טוב-טוב נארוואס ארויסגעשליידערט א קליין כיתה חעסניק פונעם געשעפט נאך וואס יענער האט געבעטן א טעלעפאון. געשטעטנער פרינטינג זעה איך האט נאך אלץ די זעלבע פינף אויסגעדראשענע ווערטלעך אויפן פענסטער.

ביים ווינקל פון ליע הופפער געפינט זיך דעם אלעמען באקאנטן זינגער'ס קלאודינג, וואס ברענגט צוזאם אלע אידישע רייסערס, רבנים און סעלעבס מכל קצבי תבל, אונטער איין דאך. הענגן דארט ליפא'ס קאסטיום'ס מיט ר' לייבוש טייטלבום'ס ראזשעוואלקע. וואס איז זיכער איז זיכער, ביידע ניצן איין שפיגל, אינטערסאנט זיי קוקן זיך אהן אזוי אנדערש. אין דעם קליינעם געשעפט ווערן די גרויע רעקלעך, זיידענע טיש בעקיטשעס און געבלימטע בגדי כהונה אינאיינעם געוועבט צום בעלעבוס'נס געשמאק. און אויב מאכט זיך אז עס איז נישט פונקט צו זיין געשמאק, דאן ווערט זיין געשמאק ליבערשט געטויפט ווי דאס רעקל - דער מוכר פארזיכערט אז "אזוי קומט עס". "יא אבער קוק דא קנייטשט אביסל נעבן דעם קנעפל" - "דאונט ווארי" - פארזיכערט אים דער מוכר, שלעפענדיג אהין און אהער ביזן עקסקלאמירן א באגייסטערטן "ביוטיפול" "גוררזשעס", ווי די קאמפלימענטן זאלן ווען אויך זיין א חלק פונעם דיזיין. וויפיל מאל איך דארף מיך איינהאלטן פון לאכן צוקוקנדיג ווי יענער וואקט נעבעך ארויס מיט אן א+ מיאוס'ן אנצוג ווי איין קנעפל שלאגט זיך מיטן צווייטן ווי פונקטליך צו חונה מקום זיין די באגעגעניש פלאץ פונעם אנדערן זייט רעקל. אבער האלאו סא זינגער סוט, לעק מיך. למעשה וויל איך אים ח"ו נישט אוועקמאכן ער מאכט טאקע א שיינע ארבעט ווען ס'געלונגט, אזוי ווי יעדע געשעפט, די פראבלעם איז נאר אז ווען ס'קומט יא אויס שלעכט דאן וואלט ער ליבערשט אראפגעשניטן א שטיקל אחור מיינע ווי א שטיקל סחורה.

טאקע אויף דעם סאמען גאס געפינט זיך די פליישיגע זינטאג געשעפט וואס דערווארעמט די הערצער כסדר פון אלע מציאה טרעפנדע מאלל שאפערס, שטייעדיגע געפילטע האקער,  צומישטע ערב פסח בחור'לעך, און די קבוצות יונגע וויזיעלאזע נפשות מיט די שיינע העמעדער און טינטעד ווינדאוס - וואס קומען זיך אינאיינעם מחבק ומנשק זיין איינע די צווייטע יעדן שלישי וחמישי. די וואס שרייען הויעך אין געשעפט ווייל זיי באלאנגען דאך נישט צו 'די סיסטעם'. די עסן איז למעשה דומה טאקע ממש צום עולם הזה, גוט אויפן מינוט און ביטער דערנאך, אזוי ווי אלע פעסד פוד טשייניז געשעפטן.

אינטערסאנט אז ביים הייוועי אווערפעס זיצן יעצט נישט קיין צוויי נייטרע בחורים אונטער א בודקע, מיר פארשלאגענדיג א זכות אינעם אור אלטן אדעסי סקעם.
אין צוויי אין אכציג הערשט א געדרענג פון גאלע קונים. געציל ניסקאפ האטצעך אפילו אריינגעשלעפט פון בארא פארק קויפן אפאר שטיק ווייל ווי ער ערקלערט שוין אין א לענגערן שמועס אינעם 'קונטרס קידוש ביים ליינען' - מאכט קיינער נישט אזאלעכע גאלע ווי 82. "גלייב מיר איך האב שוין אלעס געטרייט". אהא, איך הער. זאג אבער אז מ'רעדט שוין פון תאוות אפשר זאגסטו מיר אויך די חילוק צווישן א דענישע בלאנדינא און די אויסגערופענע אוקריינישע הארעס. וואס די לייגסט אין בויך, האלט אין בויך.

דא ווער איך שוין נערוועז. ליע ראדני איז דע שמיט. אט דא קומען זיך אלע באגעבו אייגענטומער צוזאם מקיים צו זיין דעם לא תחמד, אט דא שטייען די יוקאנס דובל פארקט, אט דא קומען אלע ריפסן און מוחים באטאפן די פסולע אתרוגים ביפאר סוכות. אט דא טוט זיך אפ די שטענדיגע באלאגאן פון מענטשן. טאקע אינעם סאמען געפילדער אריבערקראסענדיג ראדנע, אינמיטן די גאס, וואקט אין פארענט פון מיר א יונגערמאן און אנע יפן כה וכה נעמט זיך אריינרייבן די אחוריים ווי ס'ברויך צו זיין, מיט פאקסן געמישט פון צער און הנאה אויפאמאל. עס פאלט אים נישט ביי צוריקצוקוקן אויב איינער זעהט, דאס האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען, די לעגעטימיטעט פון די אחור קראצערס, ס'איז עפעס אן אנגענומענע זאך, א בחינה ווי די ירושלים'ע נפחאות.

אה לאמיך נישט פארגעסן פונעם אפגעריסענעם שליח ציבור היינט אין ראדני ביי מנחה. ווי געווענליך, שטיי איך און ווארט נאך שטילע שמו"ע אויפן אויסטרעטן פונעם שליח ציבור, צו דעם האב איך זיך שוין לאנג צוגעוויינט, לאנגע שמונה עשרה'ס מאכט זיך ביי אלע שיינע סעלפיש יידן, נישט דאס באדערט מיך. וואס האט מיך אבער יא ארויסגענומען פון די כלים איז דאס צוקוקן ווי דער אידיאט דרייט זיך אויס נאך די ענדלאזע 12 מינוט און הייבט אהן ציילן צו ס'שוין דא תשעה עונים. א מין שרעקליכע אפגעריסענע זאך צו טאהן. צו זיין א פערד א שלעפער איז איין זאך אבער א בהמה? ערעב איד וואס איז דאס בעטעמט מאכן זיך? די פליקעס און ברוהמ'עס די לעצטע פיר מינוט האסטעך זיכער געהערט. דו ווייסט גוט ווילאנג דיין דאווענען נעמט. אלזא טוה מיר א טובה און טרעט אויס מיטן אחור צום עולם, בייג דיך צו די פיר רוחות, קטן אפ, און הייב אהן חוזר חזרה, אנע מינדעסטע שהיות.

די נאכט צופאלט און איך באגעגן שוין די תינוקות הבורחים מבית הספר די הונגעריגע און צושטרויבעלטע וואס האבן זיך נארוואס געזעטיגט מיט די ווייס ברוינע אולטרא קאמערציאלע קיכן, און אראנזשעס. א רחמנות אויף די קינדער וואס פארן אהיים זעקסע אין א טונקעלען באס, אויף די הארטע גרינע בענק מיט פארלאזטע סיט בעלטס און א ברעכאטס גערוך מיט די קולות פונעם דרייווערס פען. איך האף די באסעס היינט זענען שוין אנדערש.

גיי איך מיר אריין כאפן א מעריב אין וויען, מיט די עלטערע יידן, מאנסיאנע בעלי בתים און די קליינע אומגעפארעמטע צעירים'לעך מיט די גרויסע נעזער און קליינע באפירקלט און אויסגעשלאגענע קעפ. אלטע גרויע פיצי היטלעך און אויסגעוואקסענע הויזן מיט בענדל שיך וואס האבן די רונדיגע אייזענעס ביי די לעכער. אויך קיינמאל נישט פארשטאנען דאס, מילא די קוקי היטן א כפרה דערויף ס'האלט זיך נישט, ס'וואקסט אויס שנעל, אבער שיך קויף כאטש לכתחילה נארמאלע, וואס עפעס די יאנטשי באסטאניען שיך?  דער פרישער שליח ציבור מיטן קליינע וועסטל און אויסגעוואקסענע אויבערראק זעה איך זיך שוין דערקלערן למדן איבעראיאר, מיטן גרויסן טלית קטן און לאנגע פיאות וואס היילייט רבי קיבע אייגער'ס אינעם גראבן קובץ מפרשים, מיט א מקווה קארטל און א 0.4 פען. אדערווייל שעהמט ער זיך נאכנישט מיטן טאטן און וויל נאכנישט זיין מער פון אים. צו מיין זייט שטייט דער מער מבוגר'דיגער פונעם געזעמל, שוין א געבויטער געשטעל. ער איז ווארשיינליך לעצטנס געוואויר געווארן פון די עבירה, ער קוקט זיך אום ווי ס'ווען א ווייבער שוהל, נעבעך, נאך צוויי הונגעריגע יאר און ער איז שוין לכאורה א פולשטענדיגע האמא, ג-ט זאל באהיטן.

יעצט בין איך שוין הינגעריג און אנגעצויגן, און ווער ס'שמייכלט יעצט איז מיין באלדיגע שונא. ווער רעדט נאך ווען ס'איז דער סאמער צדקה גייער אליינס מיטשלעפנדיג מיט זיך אן אורח הכבוד פאר א זיכערן סוקסעס. א מין מוניפולאציע דאס, דיין אדם חשוב'דיגן פערזענליכקייט בעדארף מיך הייסט מחייב צו זיין. אה, אלזא טוטס מיר ביטע א טובה און לאזט אייער איידלן שעמוועדיגן שמייכל לויז גיין, אזוי ווי ס'פאסט פאר א איד וואס קען זיין ערך. נאך א זאך אז איר טוט שוין יא די מצוה דאן הער אויף מאכן קינצן מיטן עני האומלל, שטיי מיט אים געהעריג זייט ביי זייט, נישט אונטער אים מ'זאל דיך נישט האלב באמערקן.  מיט שנאת כינים קוק איך זיך צום פיפטן תלוש אין די לעצטע זיבן מינוט וואס שטייט מיט אן אנגעלענטן קאפ און אנגעשטרענגטע אויגן ביים גלאז פונעם טיר זיך מוטשענדיג צו כאפן ווי די מנין האלט, דאן מאכט ער די געווענליכע פתיחת שערים און מאכט ווידעראמאל א פולשטענדיגע בדיקה. די בהמה די זעהסט נישט אז דער עולם שטייט אויסגעטרעטן? ווי לאנג נעמט דען דאס אויפצוכאפן. א פשוטע מנין איז היינט א גאנצע שאויקעיס פון מענטשן. ער איז נישט דער ערשטער און נישט די לעצטער, יעדן מנין האב איך דאס. דאן זעה איך א צווייטן מה יפית אין מיין מנין זיך פלוצים אויסטוהן די הוט און גארטל, וואס איז? אה, וודאי, ער גייט אין טוילעט און שפירט אוודאי פאר וויכטיג דאס מיטצוטיילן מיטן ציבור. ס'נישטא קיין הוקס אינדרויסן זאג? פארוואס מוז איך וויסן אז די גייסט יעצט אפליפערן א דייעריע? אביסל איידלקייט די יאנטש! און בד"וו קענסט ניצן א נייע קאפל, פרומעץ מיר נישט אויף זעקס קארגע טאלער. די אויסגעריבענע קאפלעך איז א דאפקניאקישע זאך. איך בין בטוח. דאס זענען אויך די מענטשן וואס קויפן דווקא נישט די תפילין פלעסטיק כדי עס צו קענען אריינלייגן אין היימיש געמאכטן ווייכע פלעסטיק. די מענטשן זענען שטענדיג אויך די וואס באמפן דווקא אריין אין מיר צוויי מאל א תפלה, וואקענדיג אהין און צוריק, מחמת געמאכטע עילוי'עס. קיינער מיינט נעבעך נישט גארנישט, אבער וואס זאל איך טאהן אז מיין טאג גייט נישט אזוי גוט ווי זיינס היינט? צומאל מאכט זיך אז מ'ליידט אויף פוסטע בייסיגקייט און האס און יעדנ'ס ריר שטייט אין וועג.

צוריק אראפוואקענדיג דעם לאנגן גאס באגעגן איך אן אלטער פריינט מיינער אן ערנסטער יונגערמאן, וואקענדיג שנעל און עטוואס איינגעבויגן מיט די צוויי הענט אריינגעשטעקט אינעם מאנטלס האנט לאך, ער געט זיך אן האסטיגן שטעל אפ: א גוטן הבל וואס מאכסטו, וואס טוסטו דא אין 'מיין' געגנט? אהא, דער איז מיר געווארן געשמאק. כאפסט? "מיין געגנט".. ס'קומט געווענליך באגלייט מיט אייגענעם שמייכל. א שטייגער ווי די פעטער'ס  " נו, מ'גרייטצך שוין?" פאר א מיניטשור שמחה. די זאך מיט די סארט כולל יונגעלייט איז אז פון בערך א יאר צוויי נאך די חתונה און ווייטער דעוועלאפירט זיך אין זיי א געוואלדיגע דראנג צו ווערן געשמאק און פילפארביג. אין ישיבה זענען זיי בשוגג געווען שטארק צוקוועקטשט און זיי פרובירן אוועקצונעמען די אימעזש זייערע. דערפאר זענען זיי פיל מאל היבש קארני. סיי מיט זייערע וויצן און געשמאק און סיי מיט די וועג ווי אזוי זיי פלאצן אויס ווען דער סעקלוארער יונגערמאן שארט ארויס א קליין וויצל. דער אמת איז א רחמנות אויף די חברה, ווייל אינאמת'ן אריין שטיצן מיר נישט קיין שמאל געבויטע קעפ. מיר ווילן זיי זעהן אויפן גאס, אין מקווה, אין כולל און אין בית דין שטיבל וויבאלד מען דארף דאך האבן פארוועם צו פארקויפן די חמץ ערב פסח און וועם צו זעצן אויבנאן און שטיפן הונדרעטערס, אבער אין פאקט קוקן מיר זיי בעצם אראפ, מיר ווילן ברייטקייט, נאר מיר האבן מורא פון קרוינען אמת'ע ברייטע מענטשן אלס מנהיגים. די זעלבע מיט די מלמדים. דער יונגערמאנטשיק דא מיינער וויל נעבעך ווייזן אז ער איז שוין ברייט אבער מען לאזט דאך אים נישט ווייל וואס האט ער דען צו זיכן ביים פאליש טישל, איז ער נעבעך קאמפלעקסט און איינזאם, נישט וויסענדיג פונקט ווי ער וויל באלאנגען. אבער ס'פעלט זיי באמת טאקט מיינעך. אומבעטעמט ווי א פלורעסנט אין א דיינונג רום. דא הייבט ער מיר אן רעדן פון די פראבלעמען וואס פלאגט דעם דור.. איך האב גראדע ליב צו רעדן דערפון אבער נישט מיט א יונגערמאן וואס וועט צושאקלען צו אלעם ווי א דאגי ביים ווינדשילד, באהאלטנדיג זיינע אנטוישונגען פון אזא זיידענעם יונגערמאן ווי איך..  אומבאקוועמע מצבים קען איך אבער נישט ליידן, האב איך געשאסן אפאר וויצן, אים זיך געלאזט אויסגארגלען הויעך אויפן קול און ווייטער געוואקט - אהיים, צו מיין ליבליכן וויליאמסבורגע היים, צו א פרישע אונגארישע מאלצייט סערווירט אין א קיך מיט א פענסטער צום דיינינג רום.

(וזאת למודעי - אין קיין שום פאל האב איך נישט ערנסט געמיינט קיינעם צו טשעפנען אדער אפ'חוזק'ן, נאר בלויז ארויסגעברענגט א שוואכקייט, אדער סתם א בדיחה, עס צו ליפטערן אביסל. איך בעט איבער ווער ס'געטשעפעט געווארן אין סיי וואספארא אופן.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הבל וריק אום דינסטאג פעברואר 28, 2017 8:32 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג פעברואר 27, 2017 7:53 pm

אמ*''ג.... :lol: :lol:
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1810 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:10 pm

דיין שפראך איז משוגע צו ווערן, גארנישט אזוי הבל וריק.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 302
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:21 pm

א פעדער'ל געגאסן פון שמאלץ!
הומאר פון ערשטן קלאס!
הערליך שיין!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:03 pm

כ'ווער צודרייט פון דיין שפראך, און כ'בין מקנא דיינע אויגן...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:07 pm

העי צופיל הומאר אויף איין מאל איך קען נישט אזויפיל לאכן. דו שרייבסט אייזן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1475
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך פליקער » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:08 pm

א שיינע התחלה, מיט א ערענסטע באנג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:13 pm

Wow איך האב קיינמאל באמערקט אזוי פיל פרויען ביי א איינמאליגע שפאנציר...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:19 pm

א גוטן, שלום עליכם ר' הבל וריק. אט טאקע אויף דיר האמיר מתפלל געוען..."למען לא ניגע לריק ולא נלד להבל"...(איי ס'שטייט אנדערש. האסטו א קשיא...)
דו ביסט מורא'דיג. איך האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער און געמאכט אזעלכע קולות ווען איך האב עס געליינט אז מיין שכן איז געקומען צו לויפן. זעהן צו אלעס איז אין ארדענונג. אויב מ'דארף נישט רופן הצלה אדער ח"ו די שטאטישע אגענטורן.

איך האב נאר איין שאלה. פון וואו האסטו געוואוסט אז דער שווארצער סארדזשענט האט געבלאשט ווען דו האסט אויפגעמאכט די טיר פון רעסטוראנט...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:23 pm

געוואלדיגע פענע, און עפעס אזא מין אויסטערלישע כח אבזערוואציע.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:35 pm

געוואלדיג האט געשריבן:Wow איך האב קיינמאל באמערקט אזוי פיל פרויען ביי א איינמאליגע שפאנציר...

ס׳איז אלס דער זעלבע פרוי.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8095 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:56 pm

די כח הדמיון איז עפעס למעלה מדרך הטבע, און די צושטעלער זענען הפלא'דיג
אומבעטעמט ווי א פלורעסנט אין א דיינונג רום.....
ווי א דאגי ביי א ווינדשיעלד...
ווי פיקסטו דאס אויף?

עס פליסט ארויס פון דיר אזוי ווי די עשרת בני המן.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:38 pm

@הבל וריק איי לאוו יו...
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג פעברואר 28, 2017 4:41 am

:like
שלום עליכם ר' הבל. איר האט א זאפטיגע שפראך, און טיפע רייכע אבזערוואציעס. יהא בואך לברכה.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5803 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך הבל וריק » דינסטאג פעברואר 28, 2017 8:25 am

א גרויסן דאנק אייך אלע, יעדן באזונדער!
@ר' בערל, קודם כל ישר כח, און בנוגע דיין פראגע: די לעלו האט געבלאשט נישט דער שחור..
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך ביליג » דינסטאג פעברואר 28, 2017 8:49 am

אויב דאס איז נאר די ערשטע.... ווער קען זיך פארשטעלען וואס קומט נאך !
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך חכם-לב » דינסטאג פעברואר 28, 2017 8:50 am

א פענע צום מקנא זיין! די הומאר דיינע איז אבער אומבאשרייבליך... די הגדרות, די קולטורישע קריטיק מיט אן אהבה מסתרת און די פריש באשאפענע אויסשפריכן איז איבער-געוואלדיג! כ'האב געלאכט פאר געלעכטער! אראפגעמאלן וויליאמסבורג מורא'דיג! כ'קען קוים ווארטן פאר דרייצנטע עוועניו...
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג פעברואר 28, 2017 10:20 am

שוין לאנג נישט געליינט אזא שמאלציגע ארטיקל מיט אזויפיל הומאר, יעדעס זאץ באזונדער האט געקאסט א לאך. קיעפ יט אפ!
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6000
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3514 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג פעברואר 28, 2017 10:55 am

יואב האט געשריבן::like
שלום עליכם ר' הבל. איר האט א זאפטיגע שפראך, און טיפע רייכע אבזערוואציעס. יהא בואך לברכה.

חזו מאן גברא רבה קא מסהיד עליה!!!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:03 am

געלאכט 10 מינוט אן אויפהער, שוין לאנג נישט אזוי געלאכט :lol:
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:14 am

זבל קודש!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 28, 2017 12:41 pm

הבל וריק האט געשריבן:א גרויסן דאנק אייך אלע, יעדן באזונדער!
@ר' בערל, קודם כל ישר כח, און בנוגע דיין פראגע: די לעלו האט געבלאשט נישט דער שחור..

הבל וריק: ייש"כ. איך האב געוואוסט דעם ענטפער. אבער וועגן אינטרעסאנטקייט אז ביי א שחור קענמען נישט וויסן ווען ער בלאשט האביך עס געשריבן... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:14 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
הבל וריק האט געשריבן:א גרויסן דאנק אייך אלע, יעדן באזונדער!
@ר' בערל, קודם כל ישר כח, און בנוגע דיין פראגע: די לעלו האט געבלאשט נישט דער שחור..

הבל וריק: ייש"כ. איך האב געוואוסט דעם ענטפער. אבער וועגן אינטרעסאנטקייט אז ביי א שחור קענמען נישט וויסן ווען ער בלאשט האביך עס געשריבן...

ממילא האט די באשעפער געמאכט אז ביי די שווארצע זעהט מען זיינע געפילן דורך זייער מויל אין הענט... (נישט אין ראסיסט גערעדט)
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

Re: - ליע עוועניו -

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:25 pm

שוין לאנג נישט געווען אן אשכול וואס זאל אזוי זוכה זיין צו 36 לייקס. בן תמליון איז פון ערגעץ זיך אויפגעוועקט צו דערלאנגען א לייק, שטעל זיך נאר פאר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8095 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:40 pm

ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט