- ליע עוועניו -

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:52 pm

הבל, גאר גוט.

די לשונות זענען אויסערגעווענליך, די חלק מיט דעם כולל אינגערמאן איז געווען עולה על כולנה
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:57 pm

זייער שיין! שטארק ארויסגעברענגט!
אמאל וואלט אזא באשרייבונג געדעקט קאני, אפרים, זעלדא, מעכל'טע, גילי, צדקה פאר *ירער ישיבה און נאך אפאר אזעלכע כאראקטער'ס. כ'האב שוין אזא שפאציר נישט געמאכט זייט כ'האב א קאר. כ'בין נייגעריג צו ס'זענען אפיר געקומען נייע חברה אויפן גאס זינט כ'פלעג אהיים וואקן פון חדר יעדן טאג.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 01, 2017 2:05 am

תורה ומדע האט געשריבן:ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.

אין א געזעלשאפט וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין טאלאנט הערט מען אויך נאר פון די פאר גרעסטע.דאס איבריגע זענען אירעלעווענט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3781
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1863 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך מערץ 01, 2017 10:32 am

נולד מאוחר האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.

אין א געזעלשאפט וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין טאלאנט הערט מען אויך נאר פון די פאר גרעסטע.דאס איבריגע זענען אירעלעווענט.

קען זיין, אבער דאס מאס רויע אומאויסגעארבייטע טאלאנט וואס געפונט זיך אינעם היימישען ציבור איז ממש מעורר תמהון עד כדי בכיה. נעמט למשל די ענינים פון בדחנות, ציור, נגינה, פאעזיע, וואס אין דעם זענען מיר געווען נישט לאנג צוריק גאנץ פארגעשריטען, נפלנו אחור הרבה כידוע.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 01, 2017 11:06 pm

תורה ומדע: וואס וואלסטו געוואלט אז ס'זאלל זיך אויפמאכן א סקול פאר ארט, מוזיק און שווימען. די אלע ראטן וועלכע זענען שוין האלב אומ-אקטיוו, נאכדעם וואס זיי האבן שוין געמאכט גענוג געלט כדי צו קויפן הייזער פאר אלע זייערע קינדער על חשבון הקהל, וועללן ארויסקומען פון זייערע לעכער. און צוזאמען מיט די ליידיגייערס און גאט'ס פארזארגערס פון די נעקסטע דזשענערעישן וועללן איבערקערן וויליאמסבורג. אז ס'וועט אויסזעהן ווי מאה שערים אדער בית שמש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8367 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:01 am

תורה ומדע האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:ווער ווייסט וויפיעל נאך באהאלטענע כשרון און טאלאנט געפונט זיך אין אונזער געזעלשאפט.

אין א געזעלשאפט וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין טאלאנט הערט מען אויך נאר פון די פאר גרעסטע.דאס איבריגע זענען אירעלעווענט.

קען זיין, אבער דאס מאס רויע אומאויסגעארבייטע טאלאנט וואס געפונט זיך אינעם היימישען ציבור איז ממש מעורר תמהון עד כדי בכיה. נעמט למשל די ענינים פון בדחנות, ציור, נגינה, פאעזיע, וואס אין דעם זענען מיר געווען נישט לאנג צוריק גאנץ פארגעשריטען, נפלנו אחור הרבה כידוע.

איך מיין פארקערט, אין געוויסע הינזיכטן איז מען יא געווארן פארגעשריטן.

נגינה? פארגלייכסט די היינטיגע פארגעשריטענע מוזיקאנטן און זינגערס צו לעצטן דור?
ציור? די היינטיגע גראפיקס און אדווערטייזמענטס איז שוואכער ווי אמאל? פארגלייכסט עס צו די האנט-געשריבענע קאלירטע טאוולען פון ש.מ.ח.ה. ווי יעדע שורה איז געווען היילייטעד מיט אן אנדערן קאליר...?
פאעזיע? קוק נאר וואס טוט זיך דא אין שטיבל.... מסלתה ומשמנה..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:34 am

היינטיגע מנגנים הייבען נישט אהן צו קענען מוזיק. א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ. עס איז ניטא כמעט קיין בעלי מחדשים אויף א מוזיקאלישער ניווא ווי למשל ר שלמהלע אדער ר בנציון שענקער ז"ל. איך רעד שוין נישט אויפען לעוועל פון די מאדזיצער אדער באבאווער רעביס זעלבסט. ווען איז דער לעצטער מארטש אדער וואלטס ארויס געקומען פון א היימישעו איד ווי ר יאסעלע מאנלבוים אדער ר ח"ד בלום ע"ה? ווען איז דער לעצטער מאהל איהר האט געהערט אן ארגינעלער אידישער וויץ ביי א חתונה? חוץ פון באוויינען די מחותנת'טע הערט מען גארנישט.
היינטיגע גרעפיקס איז אלץ ביי קאמפיוטער. וואס איז דען די חכמה?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:43 pm

וואס די חכמה איז? לאמיר זעהן, זעץ זיך צו צום קאמפיוטער און פרינט מיר ארויס א הערליכע עד... איך האף דו פארשטייסט אליינס אז דער קאמפיוטער איז בלויז א שליח ארויסצוברענגען מכח אל הפועל די טאלאנטן און די חידושים פונעם גראפיקס ארטיסט!

מנגנים זענען א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ? הייבן נישט אן צו קענען מוזיק? ממש אזוי? איך פארשטיי אז אמאל האט געקענט זיין א ספעציעלער בעל מחדש אויף חסיד'ישע מארשן, טאקע מער ווי היינט, אבער די אופן פון פראפעסיאנאליזם וואס איז היינט פאראן איז נאך קיינמאל נישט געווען! געב א קוק אין די אשכול שיינע מוזיק קליפס, באטראכט די מוזיקאנטן, באטראכט די קווייערס, משוגע צו ווערן! איך לייקן נישט אז געוויסע חידושים איז מעגליך אמאל געווען שענער אדער בעסער, אבער די עצם פראדוקציע? שענער פון סיי ווען!!

איך פארשטיי דיין פונקט אפילו אן אוועקמאכן אלע טאלאנטן פונעם היינטיגן דור. מען מוז נישט אוועקמאכן מעלות כדי ארויסצוברענגען געוויסע חסרונות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:54 pm

תורה ומדע האט געשריבן:היינטיגע מנגנים הייבען נישט אהן צו קענען מוזיק. א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ. עס איז ניטא כמעט קיין בעלי מחדשים אויף א מוזיקאלישער ניווא ווי למשל ר שלמהלע אדער ר בנציון שענקער ז"ל.

וואס קענען די היינטיגע 'מחדשים' טוען אז זיי זענען געבוירן אין א גענעראציע פון 'שאזאם'.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » פרייטאג מערץ 03, 2017 10:52 am

קורקלענד האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:היינטיגע מנגנים הייבען נישט אהן צו קענען מוזיק. א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ. עס איז ניטא כמעט קיין בעלי מחדשים אויף א מוזיקאלישער ניווא ווי למשל ר שלמהלע אדער ר בנציון שענקער ז"ל.

וואס קענען די היינטיגע 'מחדשים' טוען אז זיי זענען געבוירן אין א גענעראציע פון 'שאזאם'.

דאס רויע טאלאנט איז אוודאי דא היינט פונקט ווי אמאהל. נאר וואס דען, עס פעלט חידוש, אייגענארטיקייט, און מוזיקאלישע קאמפלעקסיטי. אויך פעלט תוכן און הארץ צו דעם היינטיגען סטיל. א חלק פון דעם איז א דאנק דעם וואס אונזערע יוגענד האט נישט קיין פארמאלע חינוך אין קיין שום עריע אויסער לימודי קודש, וואס יש אומרים אז דארט איז אויך צריך תיקון גדול. ממילא בלייבט אלצדינג רוי און ליידיג אהן קיין שום מינימום סטאנדארט, כולל אלע עיניני דעלמא און קונצט. דאס שאפט א מצב אין וועלכער יעדער קאליעקע מיט לאנגע לאקען שטעלט זיך אוועק ביים מיקרופאון און פראבירט נאכמאכען מב"ד, דעם, אדער יענעם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » פרייטאג מערץ 03, 2017 11:07 am

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס די חכמה איז? לאמיר זעהן, זעץ זיך צו צום קאמפיוטער און פרינט מיר ארויס א הערליכע עד... איך האף דו פארשטייסט אליינס אז דער קאמפיוטער איז בלויז א שליח ארויסצוברענגען מכח אל הפועל די טאלאנטן און די חידושים פונעם גראפיקס ארטיסט!

מנגנים זענען א באנדע נאכמאכערס מיט ליידיגע קעפ? הייבן נישט אן צו קענען מוזיק? ממש אזוי? איך פארשטיי אז אמאל האט געקענט זיין א ספעציעלער בעל מחדש אויף חסיד'ישע מארשן, טאקע מער ווי היינט, אבער די אופן פון פראפעסיאנאליזם וואס איז היינט פאראן איז נאך קיינמאל נישט געווען! געב א קוק אין די אשכול שיינע מוזיק קליפס, באטראכט די מוזיקאנטן, באטראכט די קווייערס, משוגע צו ווערן! איך לייקן נישט אז געוויסע חידושים איז מעגליך אמאל געווען שענער אדער בעסער, אבער די עצם פראדוקציע? שענער פון סיי ווען!!

איך פארשטיי דיין פונקט אפילו אן אוועקמאכן אלע טאלאנטן פונעם היינטיגן דור. מען מוז נישט אוועקמאכן מעלות כדי ארויסצוברענגען געוויסע חסרונות.

צו וואס טויגען די אלע בעלז און וויסטלס בלע"ז אויב דאס אינעוויניגסטע איז ליידיג און פוסט
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 03, 2017 11:21 am

דעס אז היינטיגע מוזיק איז ליידיג און פוסט איז אייער פערזענליכע opinion, שמעקעדיג און אנדערע טעהנן דאך אז סאיז נישט ליידיג און פוסט, איז, אפשר איז עס א בחינה פון ״על טעם וריח אין להתווכח״???.

למשל איך האב מיין אייגענע טעסט מוזיק, איך גלייך זייער Trance Music און איך הער עס יעדען איינציגע טאג, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, און אסאך מאל וועל איך האבן איינער מיט מיר וואס קען נישט אויסהאלטן די מוזיק, און קען עס נישט פארליידן. זאג וואס איז בעסער vanilla אדער chocolate אייז קרים? איך האלט אז טשאקלאד, מיין עקס האט געהאלטן vanilla קיינמאל נישט געגעסן קיין טשאקלאד (אפשר דאס איז טאקע געוועהן די פראבלעם). :lol: :)
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 03, 2017 11:38 am

פון אידישע מוזיקאנטען, קען איך נישט קיין איין ניגון וואס איהר ליבהאבערס זינגען נאך א האלבע יאר שפעטער. לכאורה דארף דאס צו זיין א קנה מדה צו די פאפולאריטעט פון א ניגון איז צוליעב איהר כשרון אדער צוליב די דערויסענדיגע גלאנץ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 03, 2017 11:45 am

דאס איז אפשר ווייל די היינטיגע אטענשאן ספען איז זייער קורץ און מ'יאגט נאך פרישע סחורה פאר מ'פארדייט די אלטע.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 03, 2017 11:48 am

מ׳קען איבערזינגען און איבערזינגען אלטע ניגונים, אפילו היינט מיט די שוואכע אטענשען ספען. שלמה קארליבאך פארקויפט זיך נאכאלס צום יונגע דור, ווי אויך בנציון שנקר און ניח"ח
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 03, 2017 11:56 am

מעגליך ווייל יענע ניגונים האבן בשעת מעשה זיך שטארק אריינגעזעצט אין אונזער קולטור אין געמאכט חזקה. מה שאין כן די היינטיגע פאר מ'הייבט עס אן זינגען ביי חתונות איז שוין דא דער נעקסטער. ווי אויך איז דא א מעגליכקייט אז דעמאלטס זענען געווען געציילטע וואס האבן געהאט די רעסורסן און טאלאנט צו קענען ארויסגעבן ממילא האט די עולם איבערגעקייט די זעלבע זאך איינמאל און נאכאמאל ביז ס'איז געבליבן סטאק נאך עד היום. היינט איז אסאך גרינגער און ביליגער פאר ווער עס וויל ארויסקומען מיט אן אלבום ממילא איז דא צופיל האבן די פאר גוטע צעווישן זיי א שוואכע געלעגנהייט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » פרייטאג מערץ 03, 2017 12:13 pm

שבת אחים האט געשריבן:דעס אז היינטיגע מוזיק איז ליידיג און פוסט איז אייער פערזענליכע opinion, שמעקעדיג און אנדערע טעהנן דאך אז סאיז נישט ליידיג און פוסט, איז, אפשר איז עס א בחינה פון ״על טעם וריח אין להתווכח״???.

למשל איך האב מיין אייגענע טעסט מוזיק, איך גלייך זייער Trance Music און איך הער עס יעדען איינציגע טאג, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, און אסאך מאל וועל איך האבן איינער מיט מיר וואס קען נישט אויסהאלטן די מוזיק, און קען עס נישט פארליידן. זאג וואס איז בעסער vanilla אדער chocolate אייז קרים? איך האלט אז טשאקלאד, מיין עקס האט געהאלטן vanilla קיינמאל נישט געגעסן קיין טשאקלאד (אפשר דאס איז טאקע געוועהן די פראבלעם). :lol: :)

ריכטיג, אבער די קאמפלעקסיטי און מוזיקאלישער כשרון האט נישט מיט טעם אישי. דאס האט מיט חכמה. אויב איהר קענט לייענען מוזיק וועט איהר זעהן אין איין רגע לויט די נאטיצען א חילוק ציווישען א קאמפאזיציע פון למשל מאצארט אדער בעטהאבען און להבדיל.. ידעתי ידעתי...
א קאמפאזיציע פון למשל האדמו"ר ר' שאול ממאדזיץ זצ"ל ענדילט מער צו בעטהאבען אין איהר לעוועל פון קאמפלעקסיטי און רייכקייט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג מערץ 05, 2017 7:19 pm

ברוך השם שיין אויפגעלעבט די פארשלאפענע קאווע שטיבל
לאמיר האפן און בעטן אז ער זאל בלייסן א אונזעריגן און מאכן קאווע שטיבל גרעיט נאכאמאל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך העלא » מאנטאג מערץ 06, 2017 4:12 pm

ווען כאפסטו א שפאציר אויף:
13ט עוועניו
גאולה
רחוב ר' עקיבא
קלעפטאן ראוד
בעלגוליי
AV DE PARC
Macdonnell Road

ועוד
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 06, 2017 11:46 pm

העלא: ייש"כ. סתם. להערה בעלמא. די אידן תושבי מאנטריאל יצ"ו האבן געהאט א ספעציעל זיסן וועג וויאזוי זיי האבן ארויסגעזאגט דעם נאמען פון די גאס...פארק עוועניו...! זיי האבן עס אזוי צוטיילט...פאר---קעוועניו...מיט דעם זיסן אונגארישן חן... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8367 מאל

הודעהדורך מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 8:31 am

אייזן!

צווישן די הומאר האב איך הנאה געהאט פון די (טיפערע) סאציאלע קאמענטערי. פארטיקולערלי, די קאגניטיוו דיסאנענס וואס נעמט ארום סיי אונז מיט וועם אונז ווילן און נעמען אויף אלס מנהיגים און סיי איינער וואס איז מיועד ליהות מהם אבער וויל ברייטערס פאר זיך.

(לגבי די שמועס פון מוזיק קען מען אפשר טענה׳ן אז בכלל, פון א מוזיקאלישע פיוריסט׳ס פערספעקטיוו, איז די היינטיגע אלגעמיינע פאפולארע מוזיק מער ״ליידיג״; פאפ מוזיק וכו׳ ווס. קלאסישע וכו׳. און אזוי ווי עס גויאישט זיך...)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3538 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט