דער מלמד'ס טאשקע - וואס באהאלט ער שוין דארט?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

דער מלמד'ס טאשקע - וואס באהאלט ער שוין דארט?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין נעכטען נאכט געווען אין PTA און איינער האט מיר געבעטען איך זאל פאר איהם כאפען א בילד פון וואס ס'געפונט זיך אינ'ם מלמד'ס טאשקע. ער האט זיך אייביג געוואונדערט וואס דארפען נאר מלמדים און בי ענד עיטש ארבעטארערס אזא טאשקע און קיין אנדערע נישט. וואס האלטען זיי שוין דארט אז מ'דארף עס יעדען טאג ערליכעהייט נעמען מיט זיך צום חדר צו דער ספעציעלע בי ענד עיטש באס? וואס באהאלטען זיי שוין דארט? זייט קינדווייז האט עס יענער גע'ענגבערט, און יעצט וויל ער א תשובה.

בילד

דער מלמד האט מיר א בליק געגעבען אין זיין טאשקע, אבער נישט צוגעלאזט קיין פיקטשערס מיט מיין סמארטפאון, הגם ער האט אויך א סמארטפאון. דא אבער האט זיך געצויגען א פלפול אין אין אדם חוטא ולא לו וואס איך האב אפגעשלאגען און ער האט מיר שיער געשלאגען.

עכ"פ, אין דער טאשקע האב איך געזען:-
א. אן עפעל וואס איז קדוש בקדושת שביעת. פרעגסטו אוודאי ווי איך קען באמערקען קדושת שביעית דערויף? פשוט! קודם ווייל איך האב בירושה פון עלטע זיידען א חוש אין קדושה, און בפרט ביי עפלעך. ווייז מיר אן עפעל און איך וועל דיר זאגען צו א צדיק האט עס געווארפען אום שמיני עצרת, אדער סתם איינער האט עס געווארפען אויף זיין יונגערע ברודער. אויכ׳ט האט דער עפעל אויסגעזען ווי ער איז נאך דארט פון שמיטה וואס ארויסווארפען מעג ער נישט. ער פלאנט דאס צו עסען ווען ער ווערט הונגעריג אין מיט׳ן טאג, זאגט ער מיר (דער מלמד, נישט דער עפעל. ער לייקענט שטיין און ביין)
ב. זיבען (אדער זיבעצען, איך בין נישט זיכער) פענס, פון פארשידענע באנקס און צדקה אקציעס. ער זאגט מיר אז נאר צוויי ארבעטען, און נעקסטע מאל ער וועט דארפען א פען, וועט ער אויספראבירען. אין צוועלף יאר איז עס איהם נישט צושטאנד געקומען, אבער דער טאג קומט באלד.
ג. א בחינה וואס א אינגעל האט אריינגעגעבען עטליכע יאר צוריק, אן א נאמען. ווען דער קינד וועט עס איהם בעטען, וועט ער עס איהם קענען גלייך צוריק געבען.
ד. א מאראנץ. דאס איז די ערשטער וואס איינער האט געווארפען אויף איהם און ער ווייסט נישט ווער. זייט דעמאלס האט ער געכאפט אז ווען ער נעמט צוזאמען אלע מאראנצען וואס מ'ווארפט אויף איהם, וועט ער נישט האבען קיין פלאץ אין טאשקע פאר אלע אנדערע וויכטיגע געצייג.
ה. צען באקסעס קרייד, וואס ער האט אמאל געקויפט בייליג אין קאסטקא. דער חדר איז אריבער צו די נייע טאוולען אויף וואס מ׳נוצט א מארקער, און ער איז געבליבען שטעקען מיט די קרייד.
ו. א צעטעל מיט זיין נאמען און טלפון נומער, על כל צרה שלא תבוא. טאמער ער פארגעסט זיין נאמען, קען ער שנעל כאפען א בליק. ס׳איז איהם שוין צונוץ געקומען. איך האב איהם געפרעגט ׳אז דיין נאמען האסטו פארגעסען, ט׳ווי וועסטו געדענקען דער קאמבינעישען?׳ ער האט מיר אנגעקוקט מיט קעלבענע אויגען, נישט פארשטייענדיג די שאלה.
ז. איין שוך. ער זוכט נאך זיין פארעל.
ח. א פאפיער מיט אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צום מלמדים׳ס צימער, וואס מ׳טיילט צו אלע מלמדים אנהייב יאר. אזוי ווייסען זיי אז זיי זענען מלמדים נישט קינדער. ווייל זיי האבען די צעטעלע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר