שיכורה ולא מיין

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

שיכורה ולא מיין

שליחה דורך הוגה »

[justify]הקדמה: כ'האב מיך נעכטן אנגעשטויסן אין אפאר ארטיקלען וואס איך האב פובליצירט אין די יונגע יארן מיט די יונגע גייסט און יונגע סטייל, לאנג פאר ק"ש איז נתייסד געווארן, און כ'האב געקלערט אז עס איז מעגליך אז נאך אפאר אידן וועלן נהנה זיין דערפון.


פורים איז די איינציגסטע טאג אין יאר ווען אידישע קינדער צולאזן זיך אביסל און טרינקען זיך אן עד דלא ידע. עס טוט זיך לוסטיג און לעבעדיג, מ'שיכור'ט אין גרויסן. ביינאכט שיכור'ט מען, בייטאג שיכור'ט מען, און ביינאכט שיכור'ט מען שוין ווידער. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסען די פורים המשולש וואס איך האב איין יאר פארברענגט אין ירושלים. אוי איז דאס געווען א פורים המשולש. מ'האט גע'שיכור'ט דריי טעג אין א צי און דערנאך האט מען זיך געוואלגערט אין בעט פאר דריי חדשים אין א צי. (איז דאס נישט די געהעריגע סדר היום אין די ירושלימ'ער ישיבות?)

בקיצור, איך האב נישט זוכה געווען קיין איין יאר הנאה צו האבן פון די זיסע (אדער ביטערע) שיכורים, ווייל איך אליין בין דאך נישט אויף דער וועלט, אבער רבו עלי חבירי אז היי יאר זאל איך נישט שיכור'ן כדי איך זאל קענען מיטהאלטן די סצענע. (אויך ווייל היי יאר האב איך וויכטיגע סודות וואס אויב זיי קומען ארויס, אך און וויי פאר אסאך מענטשן.) ואשר על כן וויל איך דא פארשרייבן פונקטליך וואס איך האב געזען.

פורים ביינאכט אויפ'ן וועג אהיים פון מגילה ליינען וואק איך אדורך א ישיבה גדולה פון בחורים בערך 16-18 יאר אלט. זיי זענען אלע פארשטעלט אזוי שיין, די באס שטייט שוין גרייט מיט די געלע טשערי לייט און די ספיקערס וואס קראצען אוועק און הערט נישט אויף איבער שפילען מא מא מא מא מא מא מא יודו לה' חסדו וכו' און די בחורים לויפן און טאנצן ארום אין מיטן פון די גאס אויפהאלטנדיג 75 קארס, און זיי שרייען און הוליען. "א פרררייייייייייילללללללללללייייייייככככככככככעעעעעעעע פפפפוווווווווורררררררריייםםם!!!" שרייט איינער פון זיי. מענטשן בעטן זיך ביי זיי אז זיי זאלן אראפגיין פון די גאס ווייל זיי ווילן אהיים פארן. איין בחור שרייט "ווווווואאאאאאאאסססססס??? איך הער נישט!!!", דער אנדערע לאכט ווי א שיכור. און איך וואונדער מיך, "מ'האט דאך הערשט געענדיגט ליינען די מגילה, מ'האט אפילו נאך נישט אויסגעפאסט, וויאזוי זענען זיי שוין אזוי שנעל שיכור געווארן?"

שיכורה ולא מיין...


איך ענדיג מיין סעודה און איך בין מחליט צו כאפן א שפאציר און געבן א קוק וואס טוט זיך אויפ'ן גאס. אזוי ווי איך קום ארויס זעה איך ווי א דרייצן יעריגע בחור'ל שלעפט זיין חבר ביי די האנט בשעת עס פליען פון זיינע הענט דאלארן ווי נאך א שניי שטורעם. יענק'ל פרעגט חיים "וויאזוי ביזטו געווארן אזוי שיכור?" חיים ענטפערט "איך האב געטרונקען עט ליסט א גאנצע קעיס וויין". "ביזט משוגע? ווי אזוי קענסטו טרונקען אזויפיל וויין? ס'דאך אזוי עקעלדיג?" פרעגט יענק'ל ווייטער. "עקעלדיג? עה! איך טרינק נאר גוטע וויין! איך בין א מבין אויף וויין. ווען איך קום אריין אין א הויז נאך געלט זוך איך גלייך די בעסטע וויין." "וועלכע וויין?" פרעגט יענק'ל. "וואס הייסט וועלכע? קאנקארד קל! ס'איז די בעסטע וויין!" (איך האב כמעט געבראכן נאר פן די געדאנק פון טרינקען א קעיס קאנקארד קל. פעך!!!)

איך קען מיך נאר פארשטעלן די סצענע שפעטער אינדערהיים, ווען דער חכם'ל האט געבראכן ווי די מבול בימי נח, און זיך געווארפן פאר יסורים אין זיין שלאף צימער, בשעת זיין מאמע שטייט און שרייט קולות וברקים "איך לאז דיך מער נישט ארום גיין נאך געלט קיינמאל!!! האב איך דיר נישט געווארנט נישט זיך אנצוטרונקען?" און ער ענטפערט נעבעך קוים מיט דאס לעצטע ביסל כח וואס ס'איז אים פארבליבן "איך האב נאר געטרונקען גרעיפדזשוס". "גרעיפדזשוס? פון גרעיפדזשוס ברעכט מען נישט!!!" (אנטשולדיגט, מרת קולות מאכער, איר האט נאך נישט געטרייט צו טרונקען א גאנצע קעיס גרעיפדזשוס).

די נעקסטע טאג דריי אזייגער נאכמיטאג האט זיך דער בחור געדרייט אין שומר שבת מיט א בלאסע געזיכט, האלטנדיג ביידע הענט אויף זיין בויך פאר יסורים און געזוכט א מנין מגילה ליינען. גיי טרינק דיך אן נאכאמאל, דו נער וואס דו ביזט.

שיכורה מקאנקארד קל...


אבער לאמיר אביסל צוריקדרייען די זייגער צו האלב נאך ניין אינדערפרי. איך האב מיך נאר וואס ארויסגעקראצט פון בעט און איך שפאציר מיך געמיטלעך צום בית המדרש מיט די בעקישע ברייט אפן, מיין שיינע יום טוב'דיגע טלית קטן פלאטערט אין די ווינט ווי א פאן, די גארטל איז צוגעקנעפלט פון אונטען ווי א yield סיין. איך זעה ווי א "גרופ" פון כתה ו' אדער ז' יונגלעך קומען זיך צוזאם אויף די באשטימטע קארנער און גרייטן זיך ארויסצולאזן אויפ'ן וועג, זיי גייען היינט מאכן שווערע טויזנטערס! וואו אהין מיינען זיי אז זיי גייען אין אזא שעה? קיינער איז דאך נישט אינדערהיים.

א יעדע יאר זענען דא אפאר גרופעס פון יונגע קינדער וועלכע ווילן ביטען די רעקארד און מאכן א צען אלפים און כדי צו מאכן אזויפיל געלט זענען זיי מחליט אז זיי וועלן דאווענען ותיקין און זיך ארויסלאזן באלד דערנאך צו די גבירים. פארשטייט זיך אז נאכ'ן ווערן ארויסגעשטויסן פון אפאר הייזער דורך מאמעס וועלעכע האבן נאך די פידזשאמעס אנגעטון ווערן זיי באלד מיואש. זיי זענען מחליט אז זיי גייען נישט מער צו די "קארגע" גבירים וועלכע ווילן זיי נישט אריינלאזן אין דערהיים.

איינער פון זיי קומט אויף מיט א בליציגע געדאנק, ”אנשטאט גיין פון איין עק שטאט צום צווייטן און נאר גיין צו גבירים, לאמיר גיין פון טיר צו טיר! איך בין זיכער אז אזוי וועלן אונז מאכן מער געלט ווייל אזוי קען מען גיין פון איין הויז צום אנדערע אן קיין הפסק". זיי גייען אריין אין די נעקסטע הויז און מאכן פאר די קינדער און פרויען א שיינע פרישטאג שאו. זיי פלאגען אריין די גרויסע בום-באקס (ווייל פייוויש האט געלאזט די באטעריעס אין דער היים) און הייבן אן טאנצן. זיי נעמען זייערע דיימס און ניקעלס און גייען צום נעקסטן הויז.

אזוי ווי זיי האלטן שוין ביים שוועל פון יאוש, זיי זעען שוין אויס ווי א גרופע טאנצעדיגע אבלים ר"ל, איז זיך איינער מרחם אויף זיי און גיבט יעדן פון זיי א קוואדער. "זעסט?" שרייט זלמן לייב, "איך האב ענק געזאגט אז מ'גייט מאכן אסאך געלט היינט! לעטס גאו! ווייטער!" אבער ביז איינס אזייגער (ווען די גבירים קומען טאקע אן אהיים) האבן זיי זיך שוין לאנג צוקריגט און זיי זענען שוין אלע אין דערהיים צוריק מיט די זיבן דאלער און פערציג צענט וואס זיי האבן געמאכט, אנגעזעצט אינגאנצן.

עניוועי, איך קוק מיך אזוי צו צו די גרופע קינדער און איך זעה באלד אז 2 פון די פינף זענען שוין נעבעך טויט שיכור. יא! פייוויש און אלי' זענען טויט שיכור. פייוויש פאלט אראפ אויף די פלאר און אלי' פאלט אויף אים. פייוויש זאגט "איך האב שוין געטרונקען פיר באטלעך (טשאקלאד מילך) היינט. איך בין אזזזזווווווייי שששיכור. איך ווייס ניטאמאל אז ס'איז האלב נאך ניין יעצט, איך מיין עכט אז ס'איז האלב נאך צען". אלי' לאזט זיך נישט און ער זאגט "איך בין אויך אזוי שיכור, איך פיל ווי די וועלט דרייט זיך" . זעט אויס אז ער האט שוין געהאט א שיינע פאר גלעזער קאלעיד וואסער היינט. איך קראץ מיך פון אונטן נישט קענענדיג מחליט זיין צו איך זאל מיך נאך ווייקען אין מקוה היינט צו נישט, און דא וואלגערן זיך נעבעך 2 טויט שיכור'ע קינדער אין די גאס און זיי ווייסן ניטאמאל וואס אן אנגעזעצטע טאג ס'ווארט זיי אפ היינט.

שיכורה מטשאקלאד מילך...


נאכ'ן ארומגיין שלאכמאנעסן א גאנצע טאג בין איך זעקס אזייגער נאכמיטאג אריין געפאלן צום משתה היין ביי איינע פון די גרויסע רבי'ס. וואס זאל איך אייך זאגן? דאס איז דאך די סאפארי פון שיכורים. מ'פארט אדורך די גאנצע היכל, מיט די הויך שטאקיגע פארענטשעס און מ'טרעפט זיך אן מיט א יעדע סארט שיכור וואס עקזיסטירט אויף די וועלט. אבער דארט אינגאנצן ביים פינת דרומית מזרחית איז מיין אויג געפאלען אויף דריי חברה.

אויף די פינפטע שטאק איז געשטאנען א יונגערמאן, אנגעטון מיט א ירושלימ'ער דזיבע און א ווייסע קאפל אונטער זיין פלאכע פורימ'דיגע שטריימל, און ער לאאאאככט! ער קען נישט אויפהערן לאכען! ער טאנצט און שפרינגט ארום צו אלע רוחות, אריין-האקנדיג דערביי אין עניבאדי וואס טרעפט זיך אין זיין ד' פרסה, און ער קוילערט זיך פאר געלעכטער. יעדע פינף סעקונדעס פאלט ער אראפ פון וואקלניש, אבער ביז א סעקונדע איז ער צוריק ארויף און ער טאנצט און לאכט ווייטער.

איין שטאק העכער אים שטייט נאך א שיכור, א בחור מיט א רויטע הוט אויפ'ן קאפ און ער בוכה'ט בכיות נוראות. ס'הייסט? פורים איז דאך העכער ווי יום כיפור! מ'קען אזויפיל אויסבעטן. בין בכי' לבכי' כאפט ער אריין נאך א גלעזל וויין אזש ס'רינט שוין וויין פון זיינע אויגן אנשטאט טרערן. ער מאכט מיט זיינע הענט אזוי ארויף צום הימל און ער ווייייייינט!

איין שטאק העכער אים שטייט א אינגערמאן, האלט זיינע הענט ארום זיין בויך און שאקלט זיך צו אלע 9 זייטן (נאכ'ן טרינקען איז דא 9 זייטן), מיט א מין פנים וואס זעט אויס האלב זויער האלב ביטער, האלב פרייליך און האלב אנגעזעצט. אזוי קוקנדיג אויף אים, פרובירנדיג אויסצוגעפונען וואס פאר א מין שיכור דער איז, נעמט ער זיך שיסן פון זיין מויל ווי א קאנאן. האט איר שוין אמאל געזען וויאזוי די וואסער שפריצט פון די פייפ פון די פייער לעשער? אט אזוי האט ער אויסגעזען אזוי גראד אראפ אויף אלע זיבן שטאק פארענטשעס און ער האט זיך נאר געדרייט צו אלע פיר רוחות פארגינענדיג יעדעם איינעם אביסל פון זיין פורים סעודה.

איך האב באלד געגעבן א קוק און באמערקט די פארשידנארטיגע רעאקציעס פון די צוויי שיכורים וואס זענען געשטאנען באלד אונטער אים. ביידע זענען געבליבן שטיין אויף זייער פלאץ און זיך נישט אוועק געריקט אזויווי די אנדערע האבן געטון. די בעיבי שיכור נעמט זיך באלד וויינען און שרייען "רבוש"ע קוק ווי דיינע קינדער ליידען נעבעך אזויפיל! קוק ווי דיין קינד ברעכט! מיר קענען עס שוין מער נישט אויסהאלטן! מיר דארפן שוין די גאולה! וכו' וכו'". די קלאוני שיכור נעמט זיך לאכן און פרייען נאך שטערקער, און ער שרייט "קוקטס, ס'דא נאך וויין! ווער עס דארף וויין קען אפלעקן מיין בעקישע! ס'דא א שפע פון וויין! כא כא כא!".

שיכורים שיכורים שיכורים...


אזוי ווי ס'געווארן נאכט און די ערשטע מנין מעריב האט זיך געגרייט צו שטעלן דאווענען, זעה איך ווי א פרומער אינגערמאן לויפט אריין א פארסאפטע אין בית המדרש, מיט א סידור אין זיין האנט, און לויפט כאפן אפאר דריי פערטל ליידיגע באטלעך וויין. ער נעמט זיך טרינקען איין כוס נאכ'ן אנדערן, און צווישן יעדע צוויי כוסות לויפט ער זיבן מאל ארום די טיש. ער מאכט אויף די סידור צו שושנת יעקב און ער זאגט "ארור המן ברוך מרדכי..." נע! נישט געלונגען. נאך א צוויי כוסות אראפ, זיבן מאל ארום די טיש און נאכאמאל מיט די סידור. "ארור המן ברוך מר..."

נאך א צוויי כוסות, נאך זיבן ארום די טיש, "ארור המן ברוך המן..." אאפס! יעצט איז שוין א שאלה צו ער האט יוצא געווען צו נישט. ער האט דאך געזאגט ברוך המן, אבער דאך ער האט נאך נישט געזאגט ארור מרדכי, וואס טוט מען? וואו איז די דאיען? נו! רופטס שנעל די דאיען! ס'דאך שוין כמעט צוויי אין זיבעציג און איך האב נאך נישט געטרונקען! נו טרונק נאך אפאר כוסות פאר עקסטרע סעקיורעטי, וואסי די פראבלעם? ס'הייסט? אויב טרונקט ער מער ווי די שיעור גייט עס שוין אריין די שווערע שאלה צו עד דלא ידע, איז עד בכלל אדער לא עד בכלל. נו, וואס טוט מען? די גרעסטע שיכורים ברעכן זיך קאפ פותר צו זיין די שווערע שאלה פארן אינגערמאן. איך מיין אז ער שטייט נאך דארט היינט און ווארט פאר אן ענטפער. פארדעם זאג איך אלץ אז...

שיכרות איז נישט פאר פרומע יונגעלייט...



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר