זאג נאר, וויאזוי גיייסטו דיך פארשטעלן???

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

זאג נאר, וויאזוי גיייסטו דיך פארשטעלן???

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]אנגעלאדענט ווי א לויער וואס גרייט זיך צו פארטיידיגן א מאסן מערדער שטייט דאס קליין אומשולדיג קינד מיטן אויפרייצענדן טויס 4-יו ביכל אונטער די ארעם גרייט צו באפאלן זיין טאטן ווי נאר די טיר דערעפענט זיך. אט דאס איז די טיפיקעל סצענע אין יעדע שטוב אצינד פאר פורים, די קינדער ווייסן פון איין זאך, דער טויס 4-יו בוק.

שווערע באשלוסן לויפן דורך אינעם קליין קעפל, א הצלה אדער א פאליס, ס׳קומט פאר העפטיגע דיבאטעס אין חדר, אויפן באס, און אינדערהיים, יעדן טאג איז דא אנדערע קלארע ענד רעזולטאטן, וואס ווערט אבער געטוישט אויפצומארגענס ווי נאר דער געלע באס עפענט זיין טיר, פאר די עלטערע צווישן אונז דערמאנט עס קאמישע צייטן ווען די מאמעס פלעגט זיצן ביים ניי-מאשין אנגערייטענדיג די כהן גדול קאסטיום וואס האט אויסגעקוקט מער ווי א ים רויבער, די קאמפעטישאן צווישן די שוועגערינס פלעגט דערגרייכן די שטאפל פון א קאלטע קריג, אלעס האט זיך געדרייעט ארום דעם כהן גדול וואס איז באשטאנען פון טאטיס אלטע גאטקעס, מאמיס אלטע טורבאן און צעריסנע איבריגע שטערן פאפיר פון די נוי סוכה. ווי א טרעילער וואס האלט נישט ביים ארויפציען האט דער נייען מאשינדל געהאמערט אגאנצע נאכט, ווי נאר ס'איז געווארן טאג איז דער מאמע געלאפן צו טיפטאפ קויפן סחורה, דער קליינער כשלעצמו האט אינגאנצן נישט מסכים געווען צום כהן גדול פלאן, אבער קיין ברירות איז נישט געווען.

די וועלט האט געטרעטן א טריט פאראויס, היינט זענען די קינדער די ווארט זאגער און מיט רעכט, נאך אלעם זענען זיי די וואס פארשטעלן זיך, זיי זענען אינגאנצן נישט שולדיג אז די מאמע וויל אהערשטעלן א מעשוגענע קיוט טיעם פון וואס די גאנצע שטאט גייט רעדן, זאל זי נאר וויסן אז ס'אינטערסירט נישט קיינעם, אז די מאמע וויל זאל זי זיך אליין פארשטעלן וויאזוי איר הארץ באגערט. כהיום דרייען זיך די קינדער ווי געשולטע סעילסלייט מיט א בוק פון בילדער, וואגן זאל מען זיך נישט אויספאלגן זייערס א באפעל. אין די שטיסל פאמיליע קומט פאר די זעלבע אבער צוויי זאכן זענען אויסגעשלאסן, די צוויי קענען זיך די שטיסל קינדער נישט פארשטעלן, נישט קיין רבי און נישט קיין שומרים.

אריינקומענדיג אין געשעפט איז דא א גאנצע ליין פון באגעבוס וואס קומען מאכן ריטורענס, א צווייטע ליין ביים טעלעפוין פון וויינעדיגע קינדער וואס רופן אהיים, א דריטע ליין וואס גרייכט ביזן גאס צו באצאלן, פארוואס יעדער דארף האבן א דאבעל קערידזש הייבט מיר די אויגן ברעמען, זאג נאר א סינגעל קערידזש איז דער נישט גענוג, און פארוואס דארפן אלע בעביס וויינען דאס איז א פליאה כשלעצמו, ביים ווינקל פון געשעפט גייט די דאך מיט פינעף פיס העכער און ס'גאנצע איז אנגעפילט מיט דעם ריזיגן געשעפט אייגענטומער, כאטש איך קען אים נישט איז אבער קלאר אז ער האט די קינדער אין זיינע לאנגע הענט, און איי מאסט הענד איט טו הים אז אפילו אזוי זענען זיינע פרייזן גאנץ ביליג, צעהן דאללער א קאסטיום איז א נישקשה׳דיגע פרייז.

שטייענדיג אין געשעפט און זענדיג פרייליכע קינדער פולן אן וועגענער, קומט מיר ארויף קאשמרע יוגענט זכרונות, יא יא, דארט אויף ליע עוויניו צווישן שלמה ווייס'ס בעקעריי און כולל שיסטער, דאס גאנצע פראנט פענסטער איז געווען פארשטעלט פורימ'דיג אנצורייצן אונז קליינע קינדער, כ'האב געחלישט אריינצוגיין געבן א בליק וואס דארט גייט פאר, ענדליך איין טאג איז מיר אויסגעקומען פונקט דורכצוגיין דעם געשעפט, מלא שמחה עפען איך אויף דעם שטייפן טיר, איך דערזעה מיר אין א שווארץ טונקעלע געשעפט, א גערוך פון פעינט פילט זיך אין די לופט, א אלטער אנגעטאהן אין טונקעל בלויע קליידונג ווי א פלאמער עפענט אויף מיר צוויי שרעקעוודיגע אויגן וואס האט נישט פאראויס געזאגט קיין גוטס, אט הער איך א בייזער שטומע, זאג נאר אינגעלע פרעגט ער מיר, האסט געלט? א פארלוירנער ענטפער איך אים, נננייןן, סאו גיי שנעל ארויס פון דא.....

למחר שושן פורים קוים וואס איך אטעם אפ פון פון די איבריגע וויין, כ'דערמאן זיך פון די אלע קערעקטערס וואס כ'האב נארוואס געזעהן, נעבעך מיין קליינע ברודער וואס האט געמאכט די גענאר פון זיך, ער איז ניטאמאל געווען עכט שיכור, א באזונדערע רחמנות אויף מיין גרויסע שוואגער וואס האט געשפיעלט עושר, קיינער מיינט נאך נישט אז ער איז א עושר און אים האט עס אבער געקאסט, מיין ערשטע טריט איז צום קאך ווי איך הייב אן אוועק ווארפן אלעס וואס טראגט דעם נאמען היימיש, די אלע קוקיס וואס יעדעמ'ס נאז רינענדע קינדער האבן אהערגעשטעלט מיט זייער בלויזע הענט דערלאנג איך פארן גארביטש קאנע וואס נעמט זיי אויף בפנים שוחקות, מעשוגע קיוט די ריבען מיט די באו, אזוי האט זי נעבעך געמיינט ביים עס שיקן, איך זעה אבער די בעק ענד סיסטעם פון סקאטש טעיפ און גלו, קוים וואס אזוי האלט זיך עס, איך דערקען די שעות ארבעט פאר די נערישע שלועכמאנעס, נעבעך איז די איינציגסטע ווארט וואס איך קען ארויסלייגן אויף מיין צונג. דערנאך ווי א קאפאו גיי איך ארום אין אלע שטיבער און ווארף ארויס אלע טויס 4 יו בוקס, די לצרה בשעתו, שוין גענוג געווען איך וויל מער נישט הערן דערפון, נאכמיטאג זעץ איך מיר אויפן קאוטש אין די ווינקל דערזעה איך דאס קינד מיינס בלעטערט א פרישן ביכל, מה זאת? פרוביר איך נאכמאכן מיין זיידעס אויפגערעגטע שטימע, אההה.... ענטפערט דער קליינער מלא חן..... דאס איז די אפיקומן ביכל פון TOY'S 4 U.......[/justify]

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר