מעילה בהקדש - זיסע כאלאפשעס!!!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

מעילה בהקדש - זיסע כאלאפשעס!!!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מורי ורבותי, א געפערליכע פרצה האט זיך גע'עפענט אין די מויערען פון די היימישע געסער פון די אידישע וועלט. רבים חללים הפילה, פיהל קערפערס זענען אריינגעפאלען אין דער גרוב פון שור ולא אדם. געמאלענע שטירען האט מען פארדרייט און פארוואנדעלט אויף א פרצה אין א קרויט, א צוקער פארסמ'טע שטיק בלאטע אנשטאט'ס א שטיק עבודת ה' פון פורים און שמחת תורה.

מ'נעמט אט דער שטיר, וואס האט גראז געגעסען און שמוציגע וואסער געטרונקען געמוטליכעהייט ביז צו זיין באשטימטע טאג, און ער האט א בעשוי מיט א שוחט וואס קיין מעסער האט זיין בארד נישט געזען און איין טאג אין פארפארעטע מקוה נישט געפעלט, וואס מ'איז נאכגעגאנגען זיין לעבען, זיין ווייב, זיין ווייב'ס האר, זיין ווייב'ס שטרימפ, זיין טאכטער'ס צעפ, זיין מאמע'ס האלדז, זיין גאטשעס, זיין צובינדען זיין שיך אין מקוה, זיין אויפבינדען זיין שיך אין מקוה, זיין אנטוהן די העמד אין מקוה, זיין אויסטוהן די העמד אין מקוה, זיין אומשמעקעדיגע אומזייף, זיין טלפון אין באזע, און זיין אנדערע טלפון אין באזע, זיין עלטער זיידע'ס קהלה שייכות, און די טיפקייט פון די טאשען אויף זיין זומער כאלאט, און אט דער אויסגעפארשענע פארשוין ווערט נישט מיד פון ווערען אויסגעפארשען, אדרבא ער פרייט זיך דערמיט און ער בויט אויף דעם זיין קינדער'ס צוקונפטיגע שידוכים. ער נעמט זיין מעסער און בדחילא ורחימא גיבט ער א שעכט אפ דעם שטיר אונזערע, און פערטיג. (כיסוי הדם טוט מען נישט היינטיגע צייטען, עכ"פ אויף שטירען. איך ווייס נישט פארוואס, מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט. חומש רש"י איז דאך נישט אויף די רשימה אויף וואס מ'ווערט פארהערט אויף צו ווערען א שרייבער)

דערנאך האט מען גענומען דער שטיר אויף א שפאציר דורך די אלע שטרויכלונגען ביז ער קען אנקומען צום בעלעבאסטעס וואגאן אין קראם, און נאכ'ן ארויפשרייבען אויפ'ן ענדלאזער רשימה ביים גראסערי, קומט ער אן אין שטוב, גרייט אויף צו ווערען אריינגעשטאפט אין א שטיק קרויט און געקאכט לכבוד פורים.

קומט אן דער אפיקורס'טע, דער באנדיטע, דער טייוויל אליינס אין א פעשליכע פרויערישע געשטעל שטייט, און נעמט זיך מועל זיין בהקדש. תחת הזהב אביא נחושת, אנשטאט'ס זאלץ נעמט זי צוקער, אנשטאט'ס שארפע פעפער נעמט זי זיסער, זי לייגט אריין ראזשינקעס, לאדיך אפ מיט די ווערים, כדאי הוא הט"ז לסמוך עליו בשעת הדחק, אבער וואס איז מיט דער מעילה בהקדש וואס מ'טוט ווען מ'נעמט א הייליגע מאכל ווי געשטאפטע קרויט און מ'מאכט איהם זיס?!

די רשעי עם ישראל, די פושעי ישראל בגופן האבען זיך פארשפרייט אין די לענג און דער ברייט פון דער אינטרנט מפרסם זיין רעצעפטען פון זיסע א.ג. כאלאפשקעס, זיי זוכען אונטערצוברענגען די גאנצע געשמאק פון פורים, די גאנצע שווויצעדיגע עבודה פון שמחת תורה, די סאמע יסוד פון אונזער קולינארישע אידישקייט מיט זייער (אומשולדיגער?!) זאק ווייסע צוקער. ס'גייט דיר נישט העלפען ווען דו צאלסט פיהר מאל די פרייז פאר התאחדות צוקער, ברוינע צוקער איז אויך ניטאמאל א קנאפער ישועה.

לאזט ארויס די צוקער פון כאלאפטשקעס! זי האט א פנים פון א שומרים קארטעל אין קאוועשטיבעל, א גאפעל אין גער, א חזקה ביי תרי ותרי (למ"ד ספיקא דאורייתא), א ליטוואק אין אייוועלט, א כהן (אדער א מת) אין מתחם גולובנציץ, רעגען אין אריזאנא, א פסק דין אין באבוב(93), ווי סנעיק אויף א סמארטפאון, א פייער אום ל"ג בעומר (איידער מ'האט עס איינגעפיהרט), און א קאווע וואס פארפלעקט נישט די העמד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר