תחינה עתיקה מכת''י

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

תחינה עתיקה מכת''י

שליחה דורך Chasidishmashpia »

די תחינה נאכן לייגען שלאפן די קינדער
אין אט די דאזיגע געהויבענע צייט קום איך צו דיר מיין דערבארימדיגער באשעפער מיט איין געבעט פון דיין ארימע דינסט אז דו זאלסט מיר אונד מיין מאן באשענקען מיט איין גענאדע אז מיינע דאזיגע אינגאלאך אונד מיידאלאך זאלין פון זייערע געלעגער ניט ארויסקריכען , ניט פאר קיין גלעזל וואסער, ניט פאר קיין גישלעג מיט זייער גישוויסטער אונד ניט פאר קיין וויסטע טרוימען.
הייליגער פאטער, גענאדיגע פאטער, הויכגישעצטע פאטער אין הימל, אין אט די עת רצון פון לייגען שלאפן מיינע גיטרייע שעפאלאך , בעט איך דיר נעם אן אט די ווארימע טרערין אונד די הארציגע גישרייען פון מיינע ליבע שאף אונד לייג זיי ארונטער דיין הייליגע שטוהל אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ועל מיטותי ערשי בכייתי ולא תמחאי כף וגו'.
יהיו לרצון וכו'.
אונד דערנאך פירט מען זיך אז מען נעמט איין גלאז פון וואסער אונד מען דערלאנגט דאס פאר'ן קינד.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר