שיך שיך שיך...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

שיך שיך שיך...

שליחה דורך שלום שטיסל »

ווי די פארגאנגענע וואך טרעף איך מיר נאכאמאל שטיין א איינזאמער צווישן א פארפלייצונג פון באגעבוס יאיאס מעקלערנס מיט וויינעדיגע קינדער און נערוועזע לעידיס קוים וואס איך קען גרייכן די טיר, די קולות זענען עד לב השמים, ס'האט גארנישט באזונדער פאסירט, נאר ווי אלע וואכן בעפאר גייט מען די וואך נאכאמאל קויפן שיך. צווישן די טעקס און מעשר איז א באשטימטע סומע פונעם פעיטשעיק באשטימט פאר די קינדער שיך, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה ווייל אפילו אזוי גייען אלע מיינע קינדער מיט א מויל אין די שיך גרייט איינצושלינגען יונה הנביא.

ווי צו סאבאטאזשירן די געשעפט אייגענטומער האבן זיך אלע פרויען אפגעשמועסט צו באלאגערן דעם זעלבן אומשולדיג געשעפט אויף א זונטאג. נישטא קיין סעיל און נישט קיין הנחה, דאך איז דא א טראדיציע צו קומען דייקא זונטאג ווען יעדער קומט, די זעלבע געשעפט איז אפן א גאנצע וואך און קיינער טרעט נישט אריין דארט. קיינער פון די פרויען ארבעטן נישט דורכאויס די וואך אבער דאך איז זונטאג די אויסדערוועלטע טאג צו קויפן שיך.

דרייסיג פאר שיך ליגן דא אויסגעלייגט אויף דיספלעי צו פארמישן די אזוי שוין פארמישטע עולם, עט די ענד קויפט יעדער די זעלבע צוויי סארט שיך וואס (און ווייל) יעדער קויפט, דאך האלט יעדער אויף די איין פארפלאגטער ארבעטער וואס לויפט פון רעכל צו מעכל מעסטן צעריסענע זאקן, יעדער פרובירט קודם צעהן פאר שוך פון די דיספלעי קעיס ביז מ'קומט אן צו די איין שיך וואס מ'האט שוין פון פאראויס געפלאנט צו קויפן.

די נעיווי, די בלו, די גרעי, די לאופער, מיט די בעלט, אן די סוועיט, אט די רעשיגע קולות גראדזשען אין מיין אויער, פון איינער וואס פרובירט איבערצושרייען דעם צווייטן, מיין אכט יעריגס ווייסט גענוי וויאזוי אנצושפיצן מיין נערווען צו איר קלימאקס, וויסענדיג אז צווישן עולם וועט ער קיין פסוק נישט כאפן.

'אונז גיי מיר נישט מיט אזא מין שיך' הערט זיך א קול ארויסשרייענדיג פון א פארבינדן קאפ. 'אבער מיין גאנצע קלאס, און די גאנצע תלמוד תורה' הערט זיך א טענה פונעם אומשולדיג קאמפלעקסד גערודפ'ט קינד. 'כ'האב דיר שוין הונדערט מאל מסביר געווען אז אונז זעמיר נישט ווי יעדעם' הערט זיך די שטייפע אומ'רחמניות'דיגער תירוץ. הערנדיג די ארגומענט קען איך ממש ווי אנווייזן אז אט דאס איז די זעלבע קול וואס לאזט מעסעדזשעס ביי אלע סטאר אייגענטומערס און איז מעורר בדברים הצריכים חיזוק.

צווישן שוך באקסעס מאמעס וויינעדיגע בעביס רוללערס שאפינג בעגס מיט דאבעל קערידזשעס שטייען אפאר אנגעשריגענע קינדער וואס זייערע פיס גייען צופעליג זיין די גליקליכע אנצוהאבן איינע פון די טשיינע אימפארטירטע שיך, און זייערע הענט גייען האבן די זכיה עס צוצערייסן דעם ערשטן טאג זיי גייען דערמיט אין חדר, ביים זייט שטייט א מענטש וואס זיין אויפגאבע איז צו זאגן פערפעקט, פערפעקט, וואק ביז די וואנט, פערפעקט, קום צוריק, פערפעקט, אט געבט ער א קוועטש די שיך מיט זיינע דריי דיקע פינגער וואס זענען גרעסער ווי דעם גאנצן גוף פונעם קינד, און דערמיט ווערט באשטימט אז שיך פלוני לפלוני, ס'נארוואס געשלאסן געווארן א וועכענטליכע שידוך פון מיין קינד מיט א פרישע פאר שיך... לחיים אלע אידן, די שטיסל פאמיליע האט אצינד זוכה געווען צו א פרישע פאר שיך אין קלאזעט. אט דא קומט געווענליך די מיליון דוללער קשיא: מעיבי איטס טו ביג, האאאא פון דעם האב איך נישט געטראכט, או קעי לאמיר טרייען א קלענערע סייז, ווי א שקלאף גייט ער אפירשלעפן א קלענערע סייז אויף וואס יעדער איז מסכים אז ס'איז צו קליין, און אלעס בלייבט ביים אלטן, מזל טוב!

מיט די צעהן פראצענט כולל אינגערמאן הנחה פלאס די פינף פראצענט פון די קהילה מעמבער קארטל טרעף איך מיר אינדערויסן לעבן דעם קליינעם הונגעריגן רויטע מאשין וואס פארקויפט באבעל גאם, שוין יארן וואס קיינער האט איר נישט געפיטערט א קוואדער, ביי די זייט שטייט די אומבא'חנ'טע מאנקי רייד וואס קאסט פאר מיינע קינדער שטיקער געזונט יעדע מאל מ'גייט עס דורך, נישט אז איך בין דער שלעכטער, אז כ'האב די קוואדער אין טאש לאז איך זיי גערן גיין, נאר ווי אלעמאל ווערט דארט פארלוירן די קוואדער און ס'הייבט זיך קיינמאל נישט אן שאקלען אפגעזעהן די יללות פון מיינע קינדער.

אין די זייט שטייט א ספאנישע קלינינג לעידי, וואס איז בשאט נפש נישט אנגעקומען אויף איר דזשאב מיט א תירוץ פון מי נאו פיל גוד, מי האספפיטאאל, פאראורזאכענדיג א לייט סטראוק פאר א אידישע מאמע וואס דארף היינט אלייין טוהן די לאנדרי, שטייט זי דא פארשטעלט ווי רוסישע פרוי פון די מחניים ביכלעך און זאגט בלשון אשכנז מיט א קול מעורר רחמנות, סעדאאקע פליז, מי נאו מאני, דאס איז די באקאנטע מולטי מיליון דאללער סקעם, וואס צוליב דעם איז געגרינדעט געווארן חברת שומרים

ס'איז ביינאכט, שוין אויפגעגעסן דאס שיריים פון די טשולענט און די זופ. כ'נעם אפיר דאס בינטעלע קעש, פריער איז דארט געליגען א שיינע פאר שטייפע הונדערטערס, איך צייל עס יעצט איבער, ס'פראסקעט אין פנים, כ'זוך אין די רעכטע טאש, דערנאך אין די לינקע, חוץ אפאר סינגלס מיט רעסיטס צווישן די מנחה מעריב גארטל און קאר שליסל איז דארט גארנישט דא, ס'דערנאך, די געלט איז א פארגאנגעהייט, איבערגעבליבן בין איך מיט אביסל פינעווערס מיט סינגלס, שוין זאל זיין אזוי, און אט הערט זיך א קול, שלום; האסט געלט פאר די קלינינג לעידי…. זי קומט מארגן אכט אזייגער צופרי...... וואס????

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר