קאנטעינארס אויפ'ן גאס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

קאנטעינארס אויפ'ן גאס

שליחה דורך ווייל אזוי »

פילע טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן, פילע פארקינג זענען שוין אוועקגענומען געווארן, פילע פראבלעמען זענען צוגעקומען זייט די אלע געשעפטן לייגן זייער קאנטעינארס צו קענען סטארעדשן זייער גרעסערע קוואנטומ'ס לכבוד יום טוב.

די געשפטס לייט פארשטייען אפילו נישט די פראבלעם ווייל זייער דעת בעל הבית לאזט זיי נישט טראכטן גראד.

ס'איז ממש די געשפרעך פון טאג, איין טאג זעהט מען איינער האט אריינפארקירט צווישן צוויי קלעצער און אויב ס'צו ווייניג פלאץ האט א צווייטער געברענגט א 'קאר טו גאו', א דריטער האט עס גאר ארויף'גערוקט מיט זיין סובערבן עטליכע פיס (איי וואס איז בעסער דארט? א קשיא אויף א ווידיאו).

איין גוטזאגער האט געזאגט אז טאמער 'בינגא' קען מאכן אז מ'זאל מער נישט דארפן האבן די קאנטעינארס האט זיך עס שוין געלוינט.

אבער די קאפי פעיסט מעסעדזש וואס איך האב באקומען שטייגט איבער אלע ווערטלעך, נאר יעצט זוכט מען א וואלאנטיר זאל זיך עס אונטער נעמען.

C/P
וווען וועלט איז וועלט וואלט מיר אונז געדינגען א קרעין, און ארום געגאנגען אינמיטן די נאכט און אויסגעמישט די קאנטעינערס פון אלע סטארס.

סעגעדין זאל באקומען די קאנטעינער סאלקע מצות, און מאורות ספרים סטאר א קאנטעינער פאטעיטא מיט צוויבל, אוסא זאל זיך טרעפן צופרי מיט די קאנטעינער פון הארוועסט פרוכט סטאר, און וואן סטאפ זאל זיך טרעפן מיט א קאנטעינער מיט טישן און בענק פון גרינס פיצא, און וויליאמסבורג בייגל זאל זיך טרעפן מיט די פלייש קאנטעינער פון גרינפעלדס, 82 בוטשער זאל זיך טרעפן מיט די חמץ קאנטעינער פון א גראסערי, האום מעקער מיט א קאנטעינער פיש פון טויבער׳ס, אוי גייט זיין ליסטיג און פרייליך.

אוי וואלט געווען פרייליך אין שטאט און איך וואלט ארום געפארן מיט א טראק און ספיקער אויפן דאך און געזונגען מיכאל׳ס ניגון היינט איז יום טוב אינדערוואכן.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר