מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:07 pm

כ'בין געווען אין פלייש געשעפט זונטאג פאר מיין פסח ארדער. ס'געווען א לייף עקספיריענס, אנגעפאקט מיט באקסעס פלייש און פרויען ביזן גאס טיר אזש ס'געווען דוחקא דבישרא... ואין מערבין בשר בבשר. פארוואס אלע פרויען קומען דעמאלדס האב איך נישט קיין גרינעם איינונג.. איי קום מאנטאג ווען ס'ליידיג דער געשעפט? -גיי פארשטיי נקיבות.

דער סטאר ווארנט שוין אן מיט רויטע סטאפ סיין שולדן אז חמץ איז נישט ערלויבט אויף קיין פאל. כ'שטופ זיך קוים אריין אין סטאר, צווישן א ערבוביא פון פרויען, פעקלעך באדעמס, קערידזשעס, און קארבארד באקסעס. וואו א פארפלייצונג, ממש א טייך מיט פרויען... א יאיא חצופה מיטן געשמירטן פרצופה, א באגעבא און א טיכל מיטן לאנגן זומערדיגן אויבערמאנטל, און סתם אן אויפגעדעקטע סינטעטיק שמאטע, צווישן זיי עטליכע קרומע טורבאנס באגלייט מיט ארויסגעבויטע פארטשעס פון אונטן... מייסטענס באשעפענישן אינעם געשעפט זענען מיט די צייגענדע רצועה יוצאת זוים אויף די רגלים ווי צו ווייזן דעם ראה טהור אני..

דריי פרויען שטייען מיט ליידיגע וואגאנען זיך נישט ערלויבענדיג בשו"א אנהייבן אריין לייגן זייער סחורה אינעם וואגן. וואס איז? מען ווארט דער גוי זאל ברענגן פרישע גארביזש בעגס פאר די וואגאנען...

איך ווארט אן אומגעדולדיגער ווי מיט שמאי'ס געדולד.. ענדליך איז ליידיג געווארן א וואגאן. כ'פול אים אן ביז מינוטן מכל הבא ליד, בקר שלמים וגם חטאת אזש די באדעמס און פליגלען פון הונטן קרעכטצן פון גרויס וואג. דערווייל דעי דריי פרויען ווארטן נאך פאר זייערע כשר לפסח גארביזש בעגס...

ביים אהיים גיין כאפ איך מיך ווער ווייסט, אפשר איז מיין פלייש נישט ראי' פאר פסח נישט נוצענדיג די פלאסטישע זעק. "די קערידזשעס ליגן סטריקטלי אין סטארידזש א גאנץ יאר" פארזיכערט מיר דער כולל שנה ראשונה'ניק רעכענער, נאך צולייגענדיג מיט א כאפ ווי מיר צו גענצליך בארואאיגן אז ס'דזשאסט א חומרה ווייל פלעסטיק געבט אפי' נישט ארויס קיין חמץ צו פארפרוירענע פלייש... אז די קערידזשעס זענען נישט די פראבלעם דאן וואס איז יא?

כ'האב בחוסר ברירה געפרעגט פון א פרוי - גראדע קוקט אויס איר מאן איז מער צו די טראמפישע יוקאן זייט ווי אן הכנות עדיקט מיטן ציצית ארויסגעהאנגן איבערן דלת - וואס האט זיך ווי ארום געשלאגן מיט די פלעסטיק בעג וואס האט ווי עקשנות'דיג געהאלטן אין איין מגלה זיין שטיקלעך פונעם קערידזש... פארוואס דארפט איר אזוי נייטיג די בעג אינעם קערידזש?

ס'קען זיין חמץ ביי די פלייש זאגט זי א געניאלן הסבר. פשש... קלעבט ווי בעבלעך צו טשיז קעיק.

אלל רייט, כ'הייב אן זוכן אויף די שעלווס אפשר איז אויסגעגאסן א הויפן שלישקעס, פערפעל צו וואס, חוץ נאסע גלאנציגע שעלווס וואס טריפט שמאלץ איז נישט געווען קיין אטאם חמץ צו טרעפן..

כ'האב געמוזט איינזעצן אז חמץ ביי די פלייש מיינט אז די פלייש אליינס קען האבן חמץ וואס בלייבט בשעת די טשיקנס עסן פארן שחט'ן.

עניוועיס טו מעיק א לאנג סטארי שארט: כ'קום יעצט פונעם דיין, ער האט מיר שיעור געפסלט מיין פלייש ארדער אלץ חמץ, כ'האב מזל זאגט ער מיר אז ס'נאך פאר פסח און ס'העלפט נאך שישים צו בטל'ן די חמץ.

דער בארדיטשעווער פרובירט עפעס איינקעשן פון די פלעסטיק בעגס אבער דערווייל אן ערפאלג.

#זבל_קודש

downloadfile.jpeg
אילוסטראציע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דער געוואגטער יונגעל אום פרייטאג אפריל 07, 2017 12:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

Re: מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:18 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פארוואס אלע פרויען קומען דעמאלדס האב איך נישט קיין גרינעם איינונג


ווי זענען אלס די פרויען אנגעקומען אין איין זונטאג שלום שטיסל טענהט דאך זיי זענען געוועין אין שיך געשעפט.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » פרייטאג אפריל 07, 2017 5:11 am

גראדע טענה'ט מיר א ספאנישער ערל אן עמנו הייתם, "דיס וויק סאנדעי אין מאטצארעללא מאטשא מאטשא דזשואיש לעידיס, ווערי ה** לעידיס...

איי געסס די פרויען לאגער האט גענוג דעוויזיעס צו באלאגערן צענדליגער באזעס אויפאמאל.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

Re: מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

הודעהדורך קלוגע יודל » פרייטאג אפריל 07, 2017 6:14 am

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:גראדע טענה'ט מיר א ספאנישער ערל אן עמנו הייתם, "דיס וויק סאנדעי אין מאטצארעללא מאטשא מאטשא דזשואיש לעידיס, ווערי ה** לעידיס...

איי געסס די פרויען לאגער האט גענוג דעוויזיעס צו באלאגערן צענדליגער באזעס אויפאמאל.

וואס מײנט מאטצארעללא?
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 400
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » פרייטאג אפריל 07, 2017 9:51 am

קלוגע יודל האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:גראדע טענה'ט מיר א ספאנישער ערל אן עמנו הייתם, "דיס וויק סאנדעי אין מאטצארעללא מאטשא מאטשא דזשואיש לעידיס, ווערי ה** לעידיס...

איי געסס די פרויען לאגער האט גענוג דעוויזיעס צו באלאגערן צענדליגער באזעס אויפאמאל.

וואס מײנט מאטצארעללא?

וואס מיינט ה** ?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » פרייטאג אפריל 07, 2017 6:10 pm

יודל
Mozzarella

איסר
hot
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג אפריל 07, 2017 6:28 pm

געוואגטע, הומאר איז גוט אבער פרויען זענען מענטשן נישט נקיבות
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » פרייטאג אפריל 07, 2017 6:31 pm

mevakesh האט געשריבן:געוואגטע, הומאר איז גוט אבער פרויען זענען מענטשן נישט נקיבות

וואס דען זענען זיי, זכרים?
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך כפתור » מוצ"ש אפריל 08, 2017 11:09 pm

געוואגטער,
דאס קומט מיט א ווארענונג: 'נישט ליינען ווען מ'איז אליינס און פיצא סטאר און מ'האט נישט מיט וועם מיטצולאכן'!
כ'האב נאך בויך וויי פון דאס עצירות וואס כ'האב געדארפט מיך איינהאלטן און נישט לאכן הויך אויפן קול. :lol: :lol:
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 205
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך מערץ 28, 2018 11:18 pm

.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1483
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3898 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:33 am

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך ווארט אן אומגעדולדיגער ווי מיט שמאי'ס געדולד..

:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » דינסטאג אפריל 07, 2020 11:32 pm

מעניני דיומא...
@דער געוואגטער יונגעל האט א שפראך... איך בין ממש שפראכלאז...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט