יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

יואב'ס אן אורח צום סדר - וועקער 8

שליחה דורך הוגה »

[justify]היות איך זעה אז דער מחבר פונעם ארטיקל איז רילאקטענט מיטן עפענען אן אשכול פאר קאמענטארן וועל איך עס טון פאר זיינעט וועגן. קום אריין יואב'ן און נעם אם דיינע העכסט פארדינטע לייקס.

האמת אגיד אז מיין אטענטשאן דעפעציט טרייבט מיר אלץ אפצושטופן דאס ליינען יואב'ס ארטיקלן, סיי ווייל זיי זענען לאנג, סיי ווייל זיי זענען געשריבן מיט א הויכע וואקאבולאר וואס מען איז נישט אזוי געוואוינט און סיי ווייל עס ליגט אלץ עפעס טיפערס צווישן די שורות וואס פארלאנג אסאך מוח און כח. און אויב איז דאס געזאגט געווארן ביי אלע זיינע שרייב ארבייט איז דאס פילפאכיג מער מיט דעם יעצטיגע באשרייבונג. עכ"ז האט מיר עפעס געצויגן גאר שטארק צו ליינען דעם דאזיגע ארטיקל אויף איין צי, און כדי ארויסצונעמען די מאקסימום פארשטאנד און הנאה האב איך עס פארגעליינט פאר די גאנצע משפחה פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה, פארשאפנדיג דערביי פאר אונז אלע אן עונג שבת שלא מעלמא הדין.

די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אלע כאראקטארן מיט קלאירן וואס מיר ווייסן נישט זייערע נעמען. פון גרויס ביז קליין, דער מיט די דאגה איבער נישט קנייטשן די נייע שיך און דער מיט די חסידישע פאטשעריי ביים גילוי שכינה. די חידושים אין די אידישע שפראך זענען אויסעגעווענטליך, איך האב מיר אין ווילדסטע חלום נישט פארגעשטעלט אז הרב איינהארן שטאמט ס"ה פון די אלעמען באקאנטע unicorn. די וועג וויאזוי ער באשרייבט אנשיל'ס צובראכנקייט אז ער ליידט נעבעך נישט פון צער גידול בנים איז אייזן. איך קען גראדע אזא איינער וואס האט צובאקומען א שטיק חיות ווען איינער פון אירע קינדער האט נעבעך געגליטשט פון וועג און זי האט מער נישט געדארפט זיין די איינציגסטע פון צווישן אירע געשוויסטער אן א מעשוגענע קינד וואס מיינט אז ער וועט טרעפן גליקן אינדערויסן.

אבער די עיקר פון די מעשה איז דאך געוואלדיג און טיף. די וועג וויאזוי די גאנצע מעשה בויט אויף א קלימאקס פון אנשיל'ס עקספיריענס מיט די גאסט. עס בויט זיך און בויט זיך ביז איין זעליג שארט זיך ארויס פון מקוה און צואווארפט דעם גאנצע בנין אין איין סעקונדע. יואב, האסט מיר מחיה געווען. קום אריין, איי וואנט טו שאו יו סאם לאוו...


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר