שמעקעדיג האט געשריבן:דער וואס האט דאס געשריבן, מוז זיין גאר אן איידעלער, דארער איד, מיט די עכטע אמאליגע קערעסטירע נוסח. ער עסט ווארשיינליך נישט מער ווי איין קרעפל יעדן שבועות. ער קוקט אויך אויס צו זיין נעבעך אין א טיפע מרה שחורה, ה"י.
שמעקעדיג: א גוטע וואך. איך זעה אז איך האב דיר שוין געגעבן א לייק פאר דיינע שכל'דיגע ווערטער.
אלס אן אייניקל און זון פון קערעסטירער חסידים, ) מיין זיידע ע"ה ליגט אין קערעסטיר. נישט ווייט פונ'ם ציון הק' פון ר' ישעי'לע זצוק"ל. ס'טוט מיר וויי דאס הארץ וויאזוי ס'איז געווארן א מקום להתגדר פאר אלע ערליי לצים און פראסטאקעס צו מאכן ליצי ליצנות פון דעם גרויסן און הייליגן צדיק און זיינע הייליגע מנהגים פון ארויסווייזן זיין אהבת ישראל און זיין געוואלדיגע מידה פון הכנסת אורחים. און דורכדעים משריש זיין אמונה בהשי"ת אין זייערע הערצער. אזוי ווי אברהם אבינו. און זיי (די ליצני הדור) מאכן חוזק און שפעטן פון די אידן וועלכע וויללן זיך מתקשר זיין צו די עבודה פונ'ם הייליגן צדיק. און זיי וויללן האבן א חלק אין די גרויסע מצווה פון הכנסת אורחים אזוי ווי דער צדיק הק' אליינס.
סיי אין קערעסטיר און סיי אין אנדערע פלעצער דארף מען ארויסהייבן די טייערע אידן וועלכע שטייען און גרייטן צו די מאכלים, ספעציעל פאר דעם עולם וואס קומט קיין קערעסטיר צו די יומא דהילולא דצדיקיא. אין בארא פארק איז דא א געז סטעישן מיט א רעסטאראנט וואס דער בעה"ב איז א היימישער איד. האט ער א מנהג טוב צו טיילן ביומא דהילולא אום ג' אייר אומזינסטע סענדוויטשעס. איך בין אמאל אריינגעגאנגען אין דעם טאג. און כ'האב געזאגט פאר דעם ארבעטער וואס שטייט ביים רעדזשיסטער אז איך ווילל איהם געבן $100 כדי צו האבן א חלק אין די מצוה. אבער גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. און ביז ער האטציך געטענה'ט מיט מיר האט דער בעה"ב
אויסגעפונען. און ער האט בשום אופן נישט געוואלט אז איך זאלל מיך משתתף זיין. די לצים און פראסטאקעס האבן דאך נישט קיין השגה וואספארא טייערע אידן די אלע וועלכע גרייטן צו און ערמעגליכן די געוואלדיגע מצוה פון הכנסת אורחים זענען. קיין איינער פון זיי טוט עס נישט פאר געלט. איך האף אז די אלע אפשפעטערס וועללן תשובה טון און קומען צום ריכטיגן שכל.
דער זכות פון דעם גרויסן צדיק זאלל מגין זיין אויף אלע אידן און אונז זאללן זוכה זיין בביאת משיח צדקינו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא. אמן..!