#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

שליחה דורך דעת זקנים »

[justify]ווידער זעהט זיך אן די נצחיות פון תורתינו הק׳, און די שקר פון די וויסנשאפטליכע וועלט, אויב איז יא דא עפעס זאכליך אין זייערע רייד האט עס שוין א מקור אין אונזער תורה, אלעס אנדערשט איז שטייצעך לא דובים ולא יער.

די וויסנשאפטלער ווילן אונז איינרעדן אז דאס קול פון א מענטש האט א פארשטייענדע וועג וויאזוי דאס ווערט באשאפן אינעם מענטש, ווי זיי זאגן ווערט דאס באשאפן דורך די אטעם וואס ווערט א קול ווען עס קומט ארויס פון די לונגען און גייט דורך די א געוויסע נערוו, ווי מער און וויאזוי דער נערוו ציט זיך אויס קומט אלץ ארויס א אנדערער קול. אבער פארוואס זאלן מיר דאס גלייבן, נאכדערצו ווען ס׳איז דא ראיות ברורות להיפך, אט זענען די ראיות:

א)דער וועג וויאזוי מ'האט דערקענט א דיבוק איז געווען דורך דעם וואס א קול איז ארויס פון זיין מויל און זיין צונג האט זיך נישט געשאקעלט, דער קול איז נישט דורך די נערווען סטרונעס און דאך האט מען דערקענט דעם קול.

ב) סקולענע רבי איז אמאל אריינגעקומען אין א זאל און געהערט א זינגער און זיך אנגערופן אז די ס'שמעקט פון ניאוף, נא זעהט מען קלאר אז ס'ליגט עפעס העכער דערין, נישט סתם נערווען סטרונעס.

ג)דער וואס האט געהערט די סקווירא פיש רעדן האט דערקענט די קול, נא וואס דארפט איר מער פון דעם.

נאך אזעלכע קלארע ראיות שרייעט זיך פון זיך אליין ארויס תיובתא ד'וויסנשאפטלער תיובתא, אט די ראיות זענען יסודי הדת ממש און מיר דארפן דאס שטענדיג געדענקן, וסימנך #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש.

ניין רבותי, כאטש כ'וואלט זייער געוואלט נעמען קרעדיט פאר מיר זעלבסט פאר די ברעקינג פארש ארבעט, דארף איך אבער זיין א מענטש אין דערמאנען אז דאס איז נאכגעשריבן פון די חשובער מגיד משרים ומחנך נפלא הרב אבא חייא טויבער שליט"א, און דערמיט בין איך מקיים דעם האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
IMG_7481.JPG

דער אשכול פארמאגט 62 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר