דעלעגאציע פון 'קרן המוסדות' באגייסטערט פון באזוך אין אמעריקע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

דעלעגאציע פון 'קרן המוסדות' באגייסטערט פון באזוך אין אמעריקע

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

די נייעס ארטיקל איז ערשינען אין א פראנצויזישער אידישע צייטונג וואס גייט ארויס אין פאריז, מיר האבן עס פון פראנצויזיש איבערגעטייטשט אויף אידיש.


[center]דעלעגאציע פון 'קרן המוסדות' באגייסטערט פון באזוך אין אמעריקע[/center]

[center]אין פארבינדונג מיט אויפבוי פון א נייער ישיבה און חדר/שולע - א גרויסע לעכצונג נאך טראדיציאנאלע חינוך הבנים והבנות - שבועות ווערט באנייט אונזער אחדות צו אלע אידן[/center]

ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן. - א דעלעגאציע פון 'קרן המוסדות' האט לעצטע וואך באזוכט אינעם אמעריקאנער שטאט ניו יארק, אין פארבינדונג מיט'ן אויפבוי פון א נייע חסידישער מוסד וואס וועט אי''ה געבויעט ווערן אין ברוקלין ניו יארק.

די באזוכער זענען דארט שטארק באגייסטערט געווארן, פון זען מיט די אייגענע אויגן וויאזוי די חסידישע אידן אין לאקאלע ערטער ווי וויליאמסבורג און בארא פארק לעכצן צו האבן א ערליכן חסידישע מוסד פאר זייערע קינדער, שלא תשכח תורה מישראל.

[center]פאזיטיוו פראגרעסירן[/center]
דער דאזיגער שטאט ברוקלין - וועלכע איז פון די גרעסטע חסידישע צענטערן איבער די וועלט - איז לעצטענס געווארן טרויעריג בארימט וויאזוי די מוסדות זייערע ווארפן זיך ארום מיט די קינדערליך וואס ווילן א חינוך אזוי ווי זייערע עלטערן האבן געהאט. ס'איז א ווייטאג וואס עלטערן דארפן דורכגיין ביז זיי זען זיך מיט א מוסד פאר די קינדער.

אין דער שטאט פונקציאנירן א צאל פון 300 מקוואות, און א שיינע צאל מקוואות טהרות וואס זענען אויסגעשפרייט צווישן דער אידישער ברוקלין וואו מ'שטעלט אויף דורות על טהרות הקודש.

באזוכענדיג אין איינע פון די מקוואות דארט האבן די 'קרן המוסדות ד'פראנקרייך' עסקנים געזען די ארבעט וואס מ'לייגט אריין דארט אז ס'זאלן זיך ציען ערליכע אידישע דורות.

הרב י.ע.ר., שליח און תלמוד פון הגאון בתורת החינוך הרב ל.מ. און הרב א.מ.ש. יו''ר קרן המוסדות, זענען געזעסן מיט'ן דארטיגן רב הרב ג.ח.נ. איבערצוגיין די פרטים פון די פלענער, בכדי צו וויסן את המעשה אשר יעשון.

[center]בעסטער בוימייסטער[/center]
זיצנדיג מיט'ן רב האט מען געהערט א פונקטליכער פלאן איבער דאס אויפבוי פונעם נייעם מוסד. א הויפט אגענדע איז נאטירליך געווען אז מ'דארף האבן פאר'ן אויפבוי גרויס שטיצע בכלל און א באזונדערס גרעסערן סומע צו קענען נעמען א טייערערן און בעסערן קאנטראקטאר.

געוויס האט 'קרן המוסדות' נוטה געווען צו נעמען דעם בעסטן בוי מייסטער, בכדי די בנינים פאר די חדר ישיבה און מיידל שולע זאלן קענען געבויעט ווערן אויפן שענסטן און בעסטן אופן.

דעם דאזיגן אונטערנעמונג מצד 'קרן המוסדות' האט שוין נענטער געברענגט דעם פריאעקט. ווייל מיט'ן באשטעטיגן די גרעסערע שטיצע האט מען באלד אריינגעגעבן דעם בוי באשטעלונג ביי דעם טייערערן בוי פירמע און האפנטליך אין די גאנץ נאנטע טעג, וועט מען זיך נעמען צו די פאקטישע ארבעט.


[center]אריינגעגעבן א קלאגע[/center]

די ברוקלין אידן, אינאיינעם מיט עסקני 'קרן המוסדות' זענען מלא שבח לה' אז אן אפהאלט מצד די שכנים איז גענצליך אנולירט געווארן. די דאזיגע האבן געהאט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט צו אפהאלטן בויען דעם נייע ישיבה בנין אבער עס איז בס''ד ארויסגעווארפן געווארן.

אנומעלט ביים אהיים קומען פון דעם באזוך אין אמעריקע - וואו מ'האט באזוכט אויך ביי אן אנדערע מוסד וואס ווערט אצינד געבויעט דורך 'קרן המוסדות' ִִ- קוקט מען ארויס אויף א נייע פארשטארקטער שטיצע פון אחבנ''י יהדות החרדית אין פראנקרייך.

א 'קרן המוסדות' עסקן האט איצט ערב יו''ט באטאנט: ''שבועות ווערט באנייט אונזער ערבות צו אלע אידן. מוז מען ענטפערן יעדער אידישע מקום וואס בעט א מוסד, און ספעציעל אזא אידישע-ווירבלענדער שטאט ווי ברוקלין''

למען אשר תצוה את בנין ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה'!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר