א געים "וואלי" דער ערשטער וואך אין קאנטרי.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

א געים "וואלי" דער ערשטער וואך אין קאנטרי.

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יולי 09, 2017 3:28 pm

ס'שפילט זעך אפ יעדער יאר מיט א פרישקייט און דאס יאר איז נישט געווען אנדערש. 

ס'קומט די ערשטע וואך אין קאנטרי פרייטאג נאכמיטאג און מוצאי שבת,  מ'שארט זיך אריין צום פאל, מ'גייט קנאקן א "וואלי" געים... א וואצעפ פליט ארום וואלי געים ביים פאל אין אפעקט.

 שטייען א כאפטע מענער פון די מיטעלע דרייסיגער ביז די העכערע פערציגער, רוב פון זיי מיט די ברייט - צוויי אינטשיגע הויזן טראגער אונטער צו האלטן די שווערע מחילות.

 משה געציל  פון די ערענסטע אנפייערס שטייט דארט מיט פיר פינגער אינעם ברייטן הויזן מיטן אגודל ארויסגעשטעקט ווי צו דעמאנסטרירן אז דער האנט איז אינעם הויזן פאר  אונטער  לענען דאס בייכל פוירפעסעס אנלי...   ווען מיטן צווייטן האנט פארענדיגט ער א וואצעפ. 

דער עולם טוט זיך איבער צו די שייגאצישע בגדים,  די קורצע הויזן מיט די סניקערס, מיט די זאקן  ארויף געצויגן שטייצעך, מ'זעמיר דאך "אטלעטיק" 

מיכאלי א פארעווער זאלי א פרישער צו די בן ארבעים סינדראם, ער איז פון די פירערס.  מער צו די פעשליכער זייט, שאוולען בארכעס  מיט חצילים, בקר שלמים פארנעמט א פראמינענט ארט אין זיין טעגליכער סקעדזשול.

דער טלית קטן זיינע איז פארשטעקט אונטערן פלאזא פלאס העמד. גייט מיט א וועסטל אבער אן אפענע ערלויבענדיג דאס בטן עגול זיינע ארויסצושפרייטן אידישקייט... דייעט קאוק, ציגארעטלעך און שרייען 'נעט' זענען ביי אים אויף ספיד-דייעל.


 מיכאלי האט שוין געגעבן די אוקעי אנצוהייבן, ער שעמט זיך אביסל זיין נייער איידעם וואס איז נאך אין כולל, בקרוב דער צוקונפטיגער גביר  מיט 100% גאראנטי  הייסע  הבטחות פון  די לעיטעסט  מלמ    סקעם קאמפאני איז געקומען  אויף די ערשטע שבת.


מיכאלי ראנט די שאו,  בשעת ס'פליט נאך שרייט ער שוין  'נעט' דא קומט אין ווידער-קול  משה וואלף'ס האריג באבערדלטן  דזשאוק "אונטער נעט"... חחח

א פרישע שאט, און ס'רייסט אריין אינעם נעץ פאר א  פערדן מאל, מיכאלי הייסט שוין "שאפלען"... איך שטיק מיר פאר געלעכטער. 



אלי בער איז דער סערווער. גייט מיט א קורץ רעקל שבת א שטריימל. נידעריג און פעשליך מיט א ארענדזשע בארד און א האריג באבערדלטן גוף, קוקט אויס ווי דער בער פון שפאלער זיידע'ס מה יפית טאנץ... 


גייט צום וואלי אלץ מיט זיין גרינעם טי שורט, הערט נישט אויף זיך רימען ווי נעבעכדיג די עולם שפילט דא. הא, ווען איך שפיל מיט מיינע פרענדס ראקט עס אויף כוחות! איך שטיי באגייסטערט פון דער קאנאן שיסער.

נו נו, נאך פיר מאל אינעם נעץ אריין זעה איך שוין פונקטלעך זיינע טויגשאפטן.. ער איז גוט צו ווארפן די באליס אין דיסקאוורי זאון... 



חיים יואלי איז אנפייער. אין זיינע יונגע דרייסיגער, מיט חצי עגולה גלעזער, היפש געבויט טרייט צו זיין פיט. טאונט העניטי יעדער פיפצן מינוט. זיינע ברייטע בלויע  שלעקעס אריבער דעם לינקס אויף רעכטס העמד איז בלויז פאר שיינקייט, און לעצטענס געטוישט צו ר"ת גאטשעס. 

האנדלט זיך איין יעדער וואך אין גארמעי גלאט צוויי שעה צום זמן דאס גאנצע שבת מעניו אזאנס וואס וואלט געשפייזט גאנץ האיטי פאר א יובל.. 

שנודערט יעדער וואך אין קאנטרי פאר די קידוש בשעת'ן ליינען פאר זיין אויסגעהונגערטע טיש וואס ווארטן אומגעדולדיג צו קענען עסן די גאלע פון די  טשיז קעיק צוואנציג מינוט צוריק... 


חיים יואלי זיצט אויפן אנפייער פאזיציע בארינגלט מיט צוויי גארבידזש קענס אין קעיס איינס רינט איבער פון די פאפיטעס וואס ער  שיסט ארויס ווי א   געשולטער בקי אויפן טאקט ווי א רוסישער טעקסי דרייווער...


ענדליך א גוטס דער באל רייסט אריבער דעם געיט, און ס'פליט צוריק מיט'ן גאנצן קראפט, יאפ, דער בחור קען די מלאכה, שפרינגט ווי הירשל מיט די ציגן... דאס איז  מענדי, א סאטמאר - סטוטשינער עובד וואס האט זיך אנגעקלעבט אין ר" מאטל זוכענדיג פאר מאנענדע עבודת השם. 

ביי לכה דודי מיט'ן רעזשוואלקע לאזט ער טרערן און פאטשט אייפערליך. ער טענה'ט אז ס'איז נישט קיין סתירה צו זיינע סניקערס און לעדערנע הענטשוך מוצאי שבת... גיי פארשטיי.


אויפן וועג צוריק האט דער באל געלאנדעט מיט קראפט אויף א אינגערמאנטשיג נעבעך וואס האט געוואלט אויסניצן די געלעגענהייט צו ווייזן זיינע קענטעניסן אויסשטרעקענדיג זיין האנט צום באל...

 דער אינגערמאן עטליכע יאר נאכן חתונה, לערענט און טרינקט אין קינגס טערעס כולל. גייט מיט די פארפרימטע גרויסע משה דוד נידערמאן גלעזער... מיט ברייטן טלית קטן וואס האט שוין אפט זיך געפונען דאס ארט איבערן סקיסע דלת ווי צו זאגן דא וואוינט א איד... ער איז געשטאנען שטיל א גאנצער צייט אויף זיין ארט, ס'ערשטע מאל ער שפילט אזא שפיל.

 און ווי צו די וואונדן זיינע ראלט עס אריין אין פאל אריין.

שוין, כשיהיב שלימזלות לשלימזל יהיב.


דער געים זייגט אויף כוחות, דער עולם איז געקראכן ווי זיידע טשערעפאכעס, די גאנצע כאפטע בערן דבן דוסה שטייען דא מאכטלאז ווי א הויפן צווייערס אויפן סטארטיגא ברעטל... און אזוי דא דארט שארט זיך ארויס איינער צוויי.

מיכאלי הייסט פריש שאפלען... און די געים איז פארטיג. 



וואס האט עטס געמיינט? דו האסט אריין געריקט א שיסל יאפטשיק א פאר שעה צוריק, צוויי סלייסעס געפילטע מיט א הויפן בעבלעך. געשאוועלט מאטיאש  און געמאלן גאלע ווי א פוד פראסאסער...

געזונטערהייט! אבער פון "אטלעטיק" פארגעס! אנגעפרעסענע קאלבאסא בייכער מיט גאלע, וועט דיר די לעדערנע הענטשוך מיט די ארויפגעצויגענע זאקן נישט מאכן אטלעטיק... 


געבטס עס א פאר וואכן און ס'וועט פארן א מחיה.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יולי 10, 2017 8:40 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ער איז גוט צו ווארפן די באליס אין דיסקאוורי זאון... 
:D
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יולי 23, 2017 1:21 am

אוטש... כ'שטיי דא צווישן א אספסוף אידן ביי א וואלי געים, ווען א גרופע שמייכלנדע מענער שטיפן זיך נעבן מיר איבער א סקרין און ליינען דעם ארטיקל פרובירנדיג צו פיגערן ווער ס'האט געשריבן די ארטיקל...

יעדער פארבייגייענדע רגע שטופ איך אריין נאך א טפח בארד צו דערשטיקן מיין געלעכטער...

אפס.. מיכאלי הייסט שאפלען...

א גוטע וואך
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יולי 24, 2017 5:36 pm

סארי, כ'האב ניטאמאל געקוקט אויף די ארטיקעל, פשוט אויף די לאג-אין ניק-נאמען צו קאנפירמען דער געוואגטער...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2942 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:52 pm

אפדעיט: דער געים פארט שוין צום בעסערונג...
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל

Re: א געים "וואלי" דער ערשטער וואך אין קאנטרי.

הודעהדורך טמיר » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:37 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אפדעיט: דער געים פארט שוין צום בעסערונג...

יונגעלע, מיר ווארטן אויף מער דעטאלן ביטע...
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יולי 08, 2018 1:53 am

האלאו די וואלי געים זייגט אויף כוחות!!!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מוצ"ש יולי 27, 2019 11:42 pm

די דעמן באלי לאז נישט ארויף, ער וועט סטראגלען אראפצוקומען.

#אווערנעס פאר די קומענדיגע דזשענערעישען
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט