א געים "וואלי" דער ערשטער וואך אין קאנטרי.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

א געים "וואלי" דער ערשטער וואך אין קאנטרי.

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]ס'שפילט זעך אפ יעדער יאר מיט א פרישקייט און דאס יאר איז נישט געווען אנדערש. 

ס'קומט די ערשטע וואך אין קאנטרי פרייטאג נאכמיטאג און מוצאי שבת,  מ'שארט זיך אריין צום פאל, מ'גייט קנאקן א "וואלי" געים... א וואצעפ פליט ארום וואלי געים ביים פאל אין אפעקט.

 שטייען א כאפטע מענער פון די מיטעלע דרייסיגער ביז די העכערע פערציגער, רוב פון זיי מיט די ברייט - צוויי אינטשיגע הויזן טראגער אונטער צו האלטן די שווערע מחילות.

 משה געציל  פון די ערענסטע אנפייערס שטייט דארט מיט פיר פינגער אינעם ברייטן הויזן מיטן אגודל ארויסגעשטעקט ווי צו דעמאנסטרירן אז דער האנט איז אינעם הויזן פאר  אונטער  לענען דאס בייכל פוירפעסעס אנלי...   ווען מיטן צווייטן האנט פארענדיגט ער א וואצעפ. 

דער עולם טוט זיך איבער צו די שייגאצישע בגדים,  די קורצע הויזן מיט די סניקערס, מיט די זאקן  ארויף געצויגן שטייצעך, מ'זעמיר דאך "אטלעטיק" 

מיכאלי א פארעווער זאלי א פרישער צו די בן ארבעים סינדראם, ער איז פון די פירערס.  מער צו די פעשליכער זייט, שאוולען בארכעס  מיט חצילים, בקר שלמים פארנעמט א פראמינענט ארט אין זיין טעגליכער סקעדזשול.

דער טלית קטן זיינע איז פארשטעקט אונטערן פלאזא פלאס העמד. גייט מיט א וועסטל אבער אן אפענע ערלויבענדיג דאס בטן עגול זיינע ארויסצושפרייטן אידישקייט... דייעט קאוק, ציגארעטלעך און שרייען 'נעט' זענען ביי אים אויף ספיד-דייעל.


 מיכאלי האט שוין געגעבן די אוקעי אנצוהייבן, ער שעמט זיך אביסל זיין נייער איידעם וואס איז נאך אין כולל, בקרוב דער צוקונפטיגער גביר  מיט 100% גאראנטי  הייסע  הבטחות פון  די לעיטעסט  מלמ    סקעם קאמפאני איז געקומען  אויף די ערשטע שבת.


מיכאלי ראנט די שאו,  בשעת ס'פליט נאך שרייט ער שוין  'נעט' דא קומט אין ווידער-קול  משה וואלף'ס האריג באבערדלטן  דזשאוק "אונטער נעט"... חחח

א פרישע שאט, און ס'רייסט אריין אינעם נעץ פאר א  פערדן מאל, מיכאלי הייסט שוין "שאפלען"... איך שטיק מיר פאר געלעכטער. 



אלי בער איז דער סערווער. גייט מיט א קורץ רעקל שבת א שטריימל. נידעריג און פעשליך מיט א ארענדזשע בארד און א האריג באבערדלטן גוף, קוקט אויס ווי דער בער פון שפאלער זיידע'ס מה יפית טאנץ... 


גייט צום וואלי אלץ מיט זיין גרינעם טי שורט, הערט נישט אויף זיך רימען ווי נעבעכדיג די עולם שפילט דא. הא, ווען איך שפיל מיט מיינע פרענדס ראקט עס אויף כוחות! איך שטיי באגייסטערט פון דער קאנאן שיסער.

נו נו, נאך פיר מאל אינעם נעץ אריין זעה איך שוין פונקטלעך זיינע טויגשאפטן.. ער איז גוט צו ווארפן די באליס אין דיסקאוורי זאון... 



חיים יואלי איז אנפייער. אין זיינע יונגע דרייסיגער, מיט חצי עגולה גלעזער, היפש געבויט טרייט צו זיין פיט. טאונט העניטי יעדער פיפצן מינוט. זיינע ברייטע בלויע  שלעקעס אריבער דעם לינקס אויף רעכטס העמד איז בלויז פאר שיינקייט, און לעצטענס געטוישט צו ר"ת גאטשעס. 

האנדלט זיך איין יעדער וואך אין גארמעי גלאט צוויי שעה צום זמן דאס גאנצע שבת מעניו אזאנס וואס וואלט געשפייזט גאנץ האיטי פאר א יובל.. 

שנודערט יעדער וואך אין קאנטרי פאר די קידוש בשעת'ן ליינען פאר זיין אויסגעהונגערטע טיש וואס ווארטן אומגעדולדיג צו קענען עסן די גאלע פון די  טשיז קעיק צוואנציג מינוט צוריק... 


חיים יואלי זיצט אויפן אנפייער פאזיציע בארינגלט מיט צוויי גארבידזש קענס אין קעיס איינס רינט איבער פון די פאפיטעס וואס ער  שיסט ארויס ווי א   געשולטער בקי אויפן טאקט ווי א רוסישער טעקסי דרייווער...


ענדליך א גוטס דער באל רייסט אריבער דעם געיט, און ס'פליט צוריק מיט'ן גאנצן קראפט, יאפ, דער בחור קען די מלאכה, שפרינגט ווי הירשל מיט די ציגן... דאס איז  מענדי, א סאטמאר - סטוטשינער עובד וואס האט זיך אנגעקלעבט אין ר" מאטל זוכענדיג פאר מאנענדע עבודת השם. 

ביי לכה דודי מיט'ן רעזשוואלקע לאזט ער טרערן און פאטשט אייפערליך. ער טענה'ט אז ס'איז נישט קיין סתירה צו זיינע סניקערס און לעדערנע הענטשוך מוצאי שבת... גיי פארשטיי.


אויפן וועג צוריק האט דער באל געלאנדעט מיט קראפט אויף א אינגערמאנטשיג נעבעך וואס האט געוואלט אויסניצן די געלעגענהייט צו ווייזן זיינע קענטעניסן אויסשטרעקענדיג זיין האנט צום באל...

 דער אינגערמאן עטליכע יאר נאכן חתונה, לערענט און טרינקט אין קינגס טערעס כולל. גייט מיט די פארפרימטע גרויסע משה דוד נידערמאן גלעזער... מיט ברייטן טלית קטן וואס האט שוין אפט זיך געפונען דאס ארט איבערן סקיסע דלת ווי צו זאגן דא וואוינט א איד... ער איז געשטאנען שטיל א גאנצער צייט אויף זיין ארט, ס'ערשטע מאל ער שפילט אזא שפיל.

 און ווי צו די וואונדן זיינע ראלט עס אריין אין פאל אריין.

שוין, כשיהיב שלימזלות לשלימזל יהיב.


דער געים זייגט אויף כוחות, דער עולם איז געקראכן ווי זיידע טשערעפאכעס, די גאנצע כאפטע בערן דבן דוסה שטייען דא מאכטלאז ווי א הויפן צווייערס אויפן סטארטיגא ברעטל... און אזוי דא דארט שארט זיך ארויס איינער צוויי.

מיכאלי הייסט פריש שאפלען... און די געים איז פארטיג. 



וואס האט עטס געמיינט? דו האסט אריין געריקט א שיסל יאפטשיק א פאר שעה צוריק, צוויי סלייסעס געפילטע מיט א הויפן בעבלעך. געשאוועלט מאטיאש  און געמאלן גאלע ווי א פוד פראסאסער...

געזונטערהייט! אבער פון "אטלעטיק" פארגעס! אנגעפרעסענע קאלבאסא בייכער מיט גאלע, וועט דיר די לעדערנע הענטשוך מיט די ארויפגעצויגענע זאקן נישט מאכן אטלעטיק... 


געבטס עס א פאר וואכן און ס'וועט פארן א מחיה.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר