געבאקן נאך פסח

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

געבאקן נאך פסח

שליחה דורך יואב »

יעצט, ווען פרומע אידן קויפן איין צו האבן אויף אויסצופאסטן נאך שבעה-עשר-בתמוז, שטויסן זיי זיך אן אין א ערנסטער פראבלעם.

פון וועלכן קאמפאני קויפט מען? ביי איינעם קלעפט א לעבל "געבאקן נאך פסח תשע"ז," ווידער ביים שכן זיינעם פון א צווייטן קאמפאני — נישט.

איז די שאלה אזוי: דאס אז פירמע עקס פארמאגט יא דעם לעבל, צי מיינט דאס אז ס'איז פרישער פון פירמע וויי וועלכע טראגט נישט דעם לעבל; כלומר, וויי'ס מזונות איז געבאקן געווארן גאר בעפאר פסח — אדער פונקט פארקערט. ס'טייטש פירמע וויי איז גענוג פריש, אז זי ברויך אין חודש תמוז זיך שוין נישט אידענטיפיצירן מיט'ן פסח, אין קאנטראסט צו פירמע עקס, וועמענ'ס פראדוקט איז אלט גענוג צו שטאלצירן מיט'ן מחרת השבת.

ביי מיר איז קלאר אז, ווי פילע אנדערע פראבלעמען וועלכע פלאגן אונזער כלל, כל זמן ס'וועט נישט זיין קיין אינטערווענץ מצד דער רעגירונג, וועט די דאזיגע צעמישעניש נישט געלייזט ווערן.

כ'בין דאך אבער נישט דא בלויז אויף צו רעדן איבער דער ליידיגער האלב פון גלעזל, נאר אויך פארצושלאגן סעלושענס; שעפערישע אזאנע וועלכע נישט בלויז וועלן זיי לייזן די יעצטיגע פראבלעם, נאר גלייכצייטיג אויך לייכטער מאכן פאר'ן כלל אין אנדערע וויכטיגע תחומים.

זאל אויף יעדן פעקל קוקיס שטיין גענוי אין וועלכן טאג ס'איז געבאקן געווארן, און מיר וועלן שוין אליינס וויסן צי יענער טאג איז געווען בעפאר אדער נאך פסח. גאונות!

אז מ'קלערט אבער אריין, פרעגט זיך דער ערליכער איד, " צו וואס פעלט אונז דען אויס דער גאנצער למספרם." מילא דער איד, ער האט ענינים פון ישן, פסח, שבועות; ער עסט צו האבן כח צום לערנען, צו שיקן נשמות צו העכערע היכלים, משלים צו זיין די מאה ברכות, דער קידוש זאל זיין במקום סעודה, ערב פסח ווייל ס'איז אן ענין און ערב יום כיפור ווייל ס'איז א מצווה. האט דער רבש"ע אבער  אריינגעלייגט אין דער בריאה א טבע אזא, אז געבעקסן זענען בעסער ווען פריש. יא, א באקאנטע זאך; די ספרים רעדן שוין אלע ארום  איבער דעם, און הגם מיר פארשטייען נישט די  חשבונות פון אייבערשטן, זענען פאראן כמה וכמה טעמים תרתי משמע דערצו. מילא איז פארשטענדליך, אויב וויל מען קענען בעסער דינען דעם באשעפער, ברויך זיין פרישע סחורה.

עכ"פ, דער גוי אבער, וואס איז אים א נפקא מינה וועלכן טאג מ'האט די קוקיס געבאקן? די גאנצע סיבה צו זיין עסן איז דאך נאר צו האבן כח צו ארבעטן, וואס צו דער ארבעט גייט ער בלויז אויף צו זיין מיד און קענען שלאפן, אלץ צו האבן כח ווייטער צו עסן און ווייטער צו ארבעטן. אים איז נישט קיין חילוק ווען גענוי מ'האט די פראדוקט געבאקן. ער זאגט "הלעיטני נא כי עייף אנכי." לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס טרייף מויל זיינע שפירט ניטאמאל קיין טעם אין עסן, און בכלל איז פאר אים שווער בוחר צו זיין צווישן טוב ורע, כידוע. איז ער אבער פארט א בעל תאווה, און אים געפעלט נישט די עקלדיגע חזיריי וואס מ'פארקויפט ביי זיי אין די געשעפטן. קיין סך ברויך מען נישט אויף צו וויסן און פארשטיין אז צו גוטע עסן קומט מען צום היימישן איד. כ'זאג נישט אז ס'איז העכערע זאכן, דאס זאלן ענק אליינס מחליט זיין. ס'שווער אבער צו זאגן אז דאס איז גלאט אזוי פשוט.

שלאג איך פאר ס'זאל שטיין צום ביישפיל: "די אייער פון דאזיגן פעקל ראגעלעך איז באקוקט געווארן בחדש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצרים, און איז געבאקן געווארן בו ביום."  ווייטער וועט שטיין אין אביסל א מער גרעסערן פֿאָנט, "ביום הזה." אונז העלן שוין וויסן אז ס'מיינט "ראש חודש," און גלייכצייטיג אז מ'ברויך זאגן הלל און די מיידלעך גייען מיט ווייסע בלוזקעס און זענען נישט דערלויבט צו נייען, און אז טאג פריער האבן גוטע-קינדער-יעגער — און ווער וויל דען נישט האבן גוטע קינדער? — געברויכט זאגן תפילת השל"ה. ממש אלץ אין איינס, דער זה לעומת זה צום טרייפענעם סמארטפאון מיט זיינע עפפס.

ערליכע אידן וועלכע פארמאגן נישט קיין וואטסעפפ, און ווערן נישט טעראריזירט מיט'ן עומר קאוינטדאון/אפ, וועלן דורכאויס ספירה טעג וויסן בשעת'ן עסן תיקון אינדערפרי אין וועלכן טאג מ'האט אריינגעטראטן ביינאכט, און ציילן כאטש אָן א ברכה, צי ביי אזאנע וואס דער טאטע האט זיך געפירט יא צו ציילן מיט א ברכה — מיט א ברכה. אויפ'ן לעבל וועט שטיין: "דאס דאזיגע פעקל קוקיס איז געבאקן געווארן אין תפארת שבהוד; היינט איז די יארצייט פון קושקע בן פושקע; פיר וואכן, דריי טעג מיט זיבן חלקים ל/בעומר; איבערגעלאזטע חפצים אין בית מדרש פון לעצטע דרייסיג טעג זענען היינט פון איינס אזייגער מיטאג אלע בחזקת הפקר."

כמובן וועט דאס אויך זיין א שטארקער אינסענטיוו פאר פירמעס צו באקן אויף א טעגליכן פארנעם, און דער עולם וועט געניסן פון פרישער סחורה און קענען בעסער דינען דעם בורא כל עולמים.

אין פאקט, דער גאנצער לוח קען מען זיך שפארן מיט דער דאזיגער געלעבלאכץ. די קלינערס און סוף זמן ק"ש, דער עלות און די חתונה-מאלל, זמן מוצאי שבת און התאחדות זאלץ, אלץ וועט זיך געפינען אויפ'ן זעלבן פעקל האני-קוקיס.

איין פראבלעם וועט זיין, אז מחמת קדושתו, טאר דאס פעקל קוקיס נישט אריינגיין אין בית-כסא. שוין, מ'רעדט דאך נישט פון קיין גלעזל וואסער, סך הכל רעדט מען פון אביסל קוקיס. אזוי אויך אוועקווארפן אין מיסט וועט זיין פראבלעמאטיש. אידן וועלן די פיצא באקסעס מוזן שלעפן צום שיימעס טראק. אבער אז דער לולב קען מען שלעפן צום ערב-פסח פייער, און די שמאטעס צום דיין, קען מען די פיצא באקסעס שלעפן צום טראק. מער פראקטיש איז אז מ'לייגט אריין די ציצית-געקניפטע גליונות אין פיצא באקסעס, און מ'שיסט צוויי פויגלען אין איין שאָס.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר