שלומיאל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

שלומיאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

מ'ליינט מעשיות און מ'שטויסט זיך אן מיט שלומיאל וואס ער איז אייביג די שלא'מזל גארנישט גייט ווי אזוי ער וויל אדער אלעס גייט פארקערט פון וואס ער וויל.

האב איך מיך ארויסגעלאזט אויף א פארש ארבעט געוואויר צו ווערן ווער איז די "שלומיאל" און דאס איז א (חלק) בייאגראפיע וואס איך האב צאמגעשטעלט.

שלומיאל איז געבוירן געווארן די אכטע אין א רייע צו א קינדער געבענטשטע משפחה, זיינע פראבלעמען האבן זיך אנגעפאנגען ווען ער איז געבוירן געווארן א מינוט פאר'ן אנקומען צו די שפיטאל אין אמבולאנס, אנקומענדיג אין שפיטאל איז נישט געווען קיין איין איינציגע ראום אוועילעבל פאר איהם אזוי האט ער זיך פאר א טאג צייט ארום'געוואלגערט פון צימער צו צימער ביז ער האט געלאנדעט אין עפעס א צימער'ל, זיין ברית איז אויך פארגעקומען עטליכע וואכן שפעט ווייל ער איז געווען געל.

ביי זיין אפשערן חוץ פון דעם וואס ער איז נישט געווען אזוי בא'חן'ט סתם אזוי, האט איהם זיין שעהר'ר בטעות אריינגעשניטן אין זיין רעכטע פאה אזוי אז ס'האט אויסגעקוקט זייער שלעכט.

אין חדר איז ער אלעמאל געווען די קרבן, די מלמדים האבן זיך געלערנט אויף זיינע ביינער, חברים איז געווען פאר איהם א ווייטע פאנטאזיע.

ביי זיין בר מצוה איז געפאלן א שווערע שניי אזוי אז ס'געווען ס'געווען אויסגעשפילט און צו דעם האט ער נאך באקומען די ווייניגסטע ספרים פון זיינע זיבן ברודער'ס.

אין ישיבה האט ער קיינמאל נישט געקענט די פארהער, חברותות איז איהם געווען שבעה מדורי גהינם, קנס איז געווען ביי איהם אן אפטער ערשיינונג, ווארפן פון ישיבה איז אויך געווען גאנץ אפט.

כשגיע לפרקו האבן זיך זאכן געשלעפט און 'דערווייל' איז אריבער כמה וכמה שנים (קרעדיט ר' יואל ראטה) אזוי איז ער אפגעזיצן בין כותלי ישיבה ביז די הויכע צוואנציג'ער.

ביז די פריידיגע מינוט איז אנגעקומען און ער איז א חתן געווארן צו א ווייטע לאנד (לאנד כ. כצ"ל) און ער האט חתונה געהאט, ביי זיין חתונה זענען געקומען א קארגע צאל מענטשן נאכדעם וואס אסאך פליגער'ס זענען געווארן געקענסלד צוליב שווערע ווינטן.

נאך די חתונה האט ער געהאט נאך אסאך מיט מאכענישן ווי למשל זיין דירה איז געווען פול מיט שימל, זיין מקוה קארטל האט נישט געארבעט, א הייסע קאפי האט זיך אויסגעגאסן אויף זיין נייע חאלאט די ערשטע טאג אין כולל, נאכדעם האט ער זיך געמוטשעט צו טרעפן א דשאב.

נאכ'ן פעילן עטליכע ראוד טעסט'ס האט ער ענדליך באקומען זיין לייסענס און געקויפט א קאר, אבער מיט זיין קאר פלעגט ער אייביג האבן פראבלעמען ער פלעגט אויסלויפן פון געז יעדע שני וחמישי אדער כאפן פלעט'ס א האלבע שעה פאר'ן זמן.

ער האט זיך פרובירן צו באווארענען האט ער געקויפט א קליין באטל מיט געז אבער פונקט ווען ער איז אויסגעלאפן פון געז איז זיין באטל געווען ליידיג.

אייביג האט ער געהאט טרעפיק אויפן וועג ער פלעגט קיינמאל נישט טוישן לעינ'ס אויפן הייוועי ווייל פונקט די לעין ווי ער איז אריין איז געווארן ערגער.

מענטשן פלעגן זיך וויצלן אז ער איז געבוירן געווארן א מינוט צו שפעט פלעגט ער אייביג צוריקענטפערן מיט א זיגרייכע שמייכל "א מינוט צו פרי".

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר