און נאך...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

און נאך...

שליחה דורך געוואלדיג »

ער איז קאלירלאז טעםלאז אדער סיי וועלכע הגדרה, מען טרעפט איהם וואו אימער, צו און גראסערי אדער שיך געשעפט, ארגעניזאציע אדער דינער, וואו מען דרייט נאר די אויגן טרעפט מען איהם, פארשער האבן שוין אריינגעלייגט שעות ארוכות צו פארשטיין דעם פענאמען, טרעפן עפעס א שניט. א מהלך, עפעס פון וואו מען וועט קענען ציען א פאלארעל.

איין זאך איז דער צד השוה ביי איהם, אז ער וועט אייביג זיין דער לעצטער, קיינמאל וועט ער נישט פיגורירן פראמינענט צווישן די ראש המדברים, ער איז מיר אזא נחבא אל הכלים, און כאטש ער איז אזוי באוואוסט און ווערט כסדר באנוצט פארט וועט ער אלס בלייבן צו לעצט און עפ''י רוב מיט זיין נאנטער שותף... ווי תרי רעין דלא מתפרשין

אויב האט איהר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער איהם ביטע ווענד זיך צו די

לאקאלע פאליס דעפארטמענט

פייער דעפארטמענט

הצלה

חברים

שומרים

און נאך...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
רעאגיר