וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך הבל וריק » זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:03 pm

נאך א שיינע פּאר יאר פון נישט האבן די זכייה צו שטיין ביי לאנדא'ס אין די ליניע און זיצן מיט ברוינע בעגס אויף א פאריליזירטן קליין שטעטל'דיגן שאסיי  האבן זיך מיינע עלטערן ביי מיר איינגעבעטן צו קומען מיט די פאמיליע אפּקלאצן א וויקענד צווישן די ביימער מיט גראז געטובל'טע שיך.
מיט נישט איבעריג חשק אבער פארט מיט א טינוף של שמחה אין הארץ האבן מיר זיך אריינגעפּאקט און געמאכט דעם וועג צום טרויעריג בארימטן האלאנד טונעל. ענדליך נאך אפאר שעה אויפן שאסיי, האבן די אויערן אנגעהויבן פארטייבט ווערן פון די בערג און אין א מזל'דיגע שעה האבן אונז די היימישע קעטסקילס אנטפאנגען. נאכן באגריסן און זיך צוקישן מיט א ווארימע ברוך הבא, האב איך זיך ארויסגעזעצט אויפן מאסקיטא טארעסע פאר א פינף שעה'גע טועמיה באטראכטענדיג בשעת מעשה די ארומיגע מענטשן און פארבייגייער, די נארוואס פארהייראטע, די נאכנישט פארהייראטע, די שלעכט פארהייראטע און געוועזענע פארהייראטע, מיט אן אלגעמיינעם אפשאצונג אין באגלייטונג פון אן איבערזיכט אויף די לעצטיגע רוממערס. קלאצענדיג אזוי אויף מיינע געוועזענע שפיל באדענעס האבן מיר די קינדערישע זכרונות אנגעהויבן ארויפשווימען. איך האב זיך דערמאנט פון די מיניטשור איך. מיינע גוטע צייטן ווי שלעכטע, די געפעכטן, פריינט, פיינט, פחדים און שטרעבונגען. צוביסלעך האב איך זיך אנגעהויבן דערמאנען פון מיינע אמאליגע העלדן אין מיין קליין קעפל, די טאטעס. איך דערמאן זיך פון די שבתים אין קאנטרי אלס א יונג בחור'ל.


מיט נאַס איבערגעגלאנצטע שבת שיך און שווער אויסגעקרייזלטע פיאות מאך איך מיין וועג צום גרויסן בית מדרש, וואו איך באגריס שעמוועדיג מיינע אלטע זוממער פריינט און מיט די אומאויסגעריבענע טינעיזש שטימעס לאמיר זיך אריין אין שוין א סעמי טאטערישע געשפרעך. דער צעווילדעוועטער יונתן איז קניינע הרע פרום געווארן און גריסט שוין בלויז מיט א נפיח'ישן סמערק, שנעל דורכוואקענדיג אונזער קופקע מיט צוויי סידורו של שבת'ן, אין וואס ער האט נארוואס געלערנט אינאיינעם מיטן ראשוואלקעדיגן פאטער זיינעם, וואס האלט אינמיטן פריהצייטיג קוועלן פון זיין צייטווייליגן קיילע. הגם איך ווייס אז ער איז נאך די זעלבער יונתן ווי פאריאר, דאך ווערט מיר דאס הארץ צעוואסערט פאר זיין ערנסטקייט און ס'פייניגט מיר פארוואס איך האב זיך נישט ערווארבן עפעס אן אימעזש ביפאר'ן זוממער פאר דעפענסיע. אויב איז דאס פאר זיך נישט געווען גענוג, האב איך פונקט געדארפט מיטהאלטן א געשפרעך צווישן אים און א צווייטן תנא קמא וואס איז יענעם זמן אריין אין א מצויינישע ישיבה. תוך הדברים הער איך יענעם זאגן "ר' חעסקל איז א געוואלדיגער מקיל". דעם ביטערן זאץ האט מיר באגלייט אלע מיינע בחור'ישע יארן. איך האב נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי יענער ווייסט אזויפיל מער פון מיר.  יענער מוז דאך האבן א באדייטענדע וויסנשאפט אין די הלכה וועלט און אירע פוסקים צו קענען ארויסשארן אזוי נישט מיר נישט דיר אזא אפשאצונג, אינדערצייט וואס איך ווייס נישט מער פון א שטיקל עצמות יוסף. זינט דעם געשיכטע פלעג איך כסדר אפשאצן מיינע ידע דורך דעם זאץ, צו איך ווייס שוין ווי אזוי מען רעכנט ווער סא מקיל אדער נישט. ס'מיר נישט בייגעפאלן קיינמאל אז יענער האט בלויז נאכגעבּעבּלט א צווייטן.

אלנפאלס, זיך טרעפענדיג מיט איבריגע פופצן מינוט ביז הודו, שטעל איך זיך אוועק פאר א דריי מינוט'גן קלאץ ביים שאנק. צוערשט האב איך פארכאפט א מקראות גדולות'ל מיטן פלאן עס צו ניצן ביי לכה דודי - די קורצע זמר'ל וואס איז פאראנטווארטליך פאר די הויפענעס ספרים וואס ווערן אויסגעפּאקט יעדן פרייטאג צונאכטס. דערנאך, פארן באלדיגן געברויך האב איך ענדגילטיג אויסגעקליבן אן אומבאקאנטן באנד פון ר' צדוק'ס כל ספרי, אויף וואס איך האב געלייגט שטארקע האפענונג צוליב די אלטקייט דערפון.

נאך א צען מינוט גענישטעראכטס פאר א געלונגען ווארט האב איך אויפגעגעבן דערויף און עס אפיציעל דעזיגנירט פאר א בימה. כאטש זעהט עס יענער ליגן ביי מיר און נישט פארקערט. אויפהייבענדיג דאס קעפעלע, האב איך שוין געטראפן א פילע שול מיט אידן, פארשידענע למינהם. אין די ווינקלען צושפרייט זיצן שוין די מער אנגעזעצטערע פונעם ציבור, מיט פארהארטעוועטע תנועה'לאזע פּאספּארט געזוכטער. ביים אריינגאנג שטייט איינע פון די טובי הקהל אריינגעטאהן אין א העפטיגע שמועס, אריינשטופענדיג בשעת מעשה דאס לעצט ביסל פונעם קנאבל מיט עטוואס א שטערקערע רציחה און אנטפלעקטע ציין.
ביים בימה שטייט אנגעלעהנט א אומפּאפּולערער טאטע, א יוד א העלד פאר די אכט יעריגע און ארונטער. ער איז פון די סארט וואס מאכן שרעקעדיגע פנים'ער פאר די קליינע קינדער און גלעט נאך טינעיזשערס אין בּאַק צוגעבענדיג א ציפּל קטן, צו וואס דער באטראפענער ברויך צושמייכלן. ער איז פון די וואס ניצן די רייכע קינדער פאר א מיטלוועג גוט צו זיין מיטן פאטער. די וואס פרעגן די קינדער "ווען קומט טאטי ארויס" און שיקן נאך גריסן. נישקשה, א וואוילער.
ענדליך שטעל איך זיך אוועק נעבן טאטן אויפן קביעות'דיגן פלאץ, ווי א סיום באטל צווישן די פרעסקא ריזן, מיט מיין נארוואס איבערגעמאכטן קרויס היטל, פארעכטענדיג די גארטל צום פיפטן מאל זייט דער פלאמיגער ביים עמוד האט זיך צושריגן הודו לד' כי טוב מיט אנעזות דקדושה. איך הער נישט אויף אויסגראדן די סוט און שאקלען פאכמאניש די קאפ כדי די הוט זאל זיך גוט אריינזעצן, ווי איך זאל ווען זיין א הויפט אטראקציע.

אנהייב שטילע שמו"ע, פלעגט זיין גאר א הייסע צייט פאר די הויפּט געשמאקע צו אויסטוישן די וויצן. אזוי ממש ביים איינטרעטן פלעגט א געלעכטער תמיד דערגיין מיינע אויערן פון אהונטער. זיך אויסדרייענדיג פלעג איך בלויז זעהן א סמעטענע שבּעם קופּקע זיך צוגיין מיט שיריים שמייכלן פון א וויץ וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן.
די סארט פעסטע טאטע שמועס'ן און הילכיגע אויספלאצן ביים ליינען און ווען אימער, זענען מיר דאן געוועזן פון די סאמע מעכטיגסטע מאמענטן אין לעבן.
איך פלעג קוקן מיט עהרע און פארכט אויף די שארפזיניגע ליצני הדור נתפעל ווערענדיג פון זייער התפעלות. איך פלעג מיטשמייכלן בלויז זעהענדיג ווי שטארק די טאטעס - די אדעל לייט לאכן, און געקוואלן דערפון. איך פלעג זיך דרייען אין די אומגעגנט פון די גוטע צו קריגן א קנאפּ אין באק.
מיר איז געווען א כבוד בלויז צו זיך מסתופף זיין אונטער די שאטן פון די לעגענדארע העלדן און מיטהאלטן זייערע געשפרעכן.

ווער רעדט נאך ווען ס'געווען א קידוש. דאס איז שוין געווען עפעס אויסערגעווענליך קיל. נאכן דאווענען פלעגט זיך דער עולם צוזאמזעצן ארום א פעסל טשולנט און זויפן שנאפס ווי די רוסן אויפן פראנט. בחור'ל שיק ארויס דע הערינג דארט, פלעגט מען מיר בעטן ניטאמאל קוקענדיג מיר אין פנים. ווילסט'ך אוועקזעצן א רגע, פלעגט א צווייטער מיר הייסן מיט א ביטע. איך געדענק נאך ווי מאיר הערש, מהדובות שבחבורה האט מיר אריינגעקוקט אין פרצוף ווען איך האב אריינגעריקט א שטיקל טריקענע קישקע אין מיין טעלער. ער האט מיר געמאכט שפירן ווי אזא שוואנץ, אז דאס זעלבסטזיכערקייט איז מיר צורינען אונטער מיין ווארימע צינג. איך האב געקענט שפירן די שפיזיגע שנאה אין זיינע אויגן. פארוואס פונקט מיר ווייס איך נישט. מן הסתם האט ער יעדן געגליסט צו פארטיליגן נאר איך בין דער וואס האט עס פשוט געשפירט. קיין געשמאק צו זיך האט ער נישט געהאט. אן אנגעצויגן אידל אהנע קרישקעלע חן. שטענדיג מלא טענות פארוואס מען יאגט זיך און פארוואס מען זוימט זיך, פארוואס דער שמועסט און דער לאכט. בעצם וואלט פון אים געפּאסט נישט קידוש צו מאכן אין שול, ווארום ס'דאך א פּוסטע פרעסעריי. אבער ניין, קוקט אויס אז מיטן בייכל קען ער זיך נישט שלאגן. זיצט ער יעצט דא פארענט פון מיר, מלא טענות פארוואס מען האט פארטוישט סטראפקאוו מיט די נייע אויסטרעפונגען. וואדפארד שמוטפארד.. בייזערט ער זיך מיט א קטנות. אותי עזבו מקור מים חיים. אמאל איז נישט געווען די אלע זאכן. היינטיגע יונגעלייט ווייסן נישט פון קיין הכשרים צו זאגן. אזוי זיצט ער מיר פארזויערט און פארטיליגט דאס לעצט ביסל הער-קראפט פונעם גאלדענעם שכן זיינעם וואס איז אים נאך וויליג אויסצוהערן.

נאכן אפווישן אונזערע טעלערס שטעלן מיר זיך ארום די מעכטיגע טאטעס. ס'קוקט אויס ווי א סטארטיגאו שפיל. אייביג איז דא דער איינער פאר וועמען יעדער וויל ארויסברענגען זיין נקודה, און ווען יענער בייגט דאס קעפל צו א צווייטן ווערט דער ערשטער שטיל. דער עולם איז דארט מיט ציין און נעגל צו מאכן א רושם פונעם אייגענעם וועזן. דער שיסט א וויץ, שטילענדיג זיין דראנג פאר עקזיסטענץ - וואס ווערט א בריקל פאר א צווייטן'ס באמערקונג. דערנאך ווערט שטיל פאר א מאמענט. איך זעה איינע פון די ארומיגע, אן איינשטענדיגער מענטש גראדע, זיך שלאגן מיט זיין קאנפידענס. ער וויל עפעס זאגן אבער איז נישט גרייט צו נעמען די ריזיקע. ער קלייבט ליבערשט אויס צו בלייבן אויף די זיכערע זייט. דא דארט ווארפט איינער א קאמענט וואס בלייבט אומדערהערט. איך זעה ווי ער פרובירט נאכאמאל אבער אחוץ פון זיין שטילער שכן כאפט עס קיינער נישט אויף. יענער ציהט אים נאך אריין אין א אומווילענדיגע וויכוח.

נאכן אפטריקענען דעם גרעי גוס הייבט זיך אָן א קייט פון געלעכטער נאך וואס ברוך מרדכי האט באשלאסן אז ס'צייט צו טרייבן ליצנות פונעם נישט איבעריג געריבענעם טאטע פון ניין קינדער. דער עולם ווארפט זיך מיט רויטע געזיכטער און פאקסן וואס שרייען אונז זעמיר דאך אזעלכע פיינע נייעס. שטייענדיג דארט שפיר איך זיך ממש ווי העכער קען איך נישט גרייכן. ענדליך פארשטיי איך שוין דעם טערמין 'הויכע פענסטער'. אט אזא קופּקע פאסט צו אנגערופן ווערן הויכע פענסטער שרייט מיין הארץ מיט פאטאס פון שעצונג.

מיט די יארן האט די אריינגעריבענע שעצונג אנהויבן פארלאנגען מער ווי סתם א קנאָפּ און א גוט ווארט פון זייער זייט. איצטער האב איך שוין געוואלט געווינען נישט נאר זייער אינטערעסע נאר רעספעקט. גאנצעטע שבת נאכמיטאגס האב איך אפגעקלאצט אינעם קאלטן גרויסן שול פאר זייערטוועגן, זייענדיג א פיין בחור. איך האב געדאווענט מיט אנערענסטקייט, לומדיש געדרייט די פיאות, נישט פארברענגט ביים מושב ליצים און געברענגט 'אסור ליטול בלי רשות ספרים' אין קאנטרי, אלעס אויפן פיינע בחור קאנטע. אזוי ארום האב איך זיך ערווארבן א טאפּטאפּטאפּ נאמען צווישן די אדעלייט וואס פלעגן מיך באוואונדערן פאר מיינע עלטערן.

אזוי וואנדערט מיין הארץ ארום צווישן די קעמערלעך קאנטרי זכרונות וואס האבן מיך באיינפלוסט אין די צוויי חדשים א יאר, און מיינע געפילן פון יענע יארן ערוועקן זיך מיט א שטארקייט. ענדליך נאך אזא דריי שטונדען פון אפרויטלען דאס גליטשער אויפן נעזל בינעך זיך געגאנגען צוגרייטן צום  שבת נועם הנשמות מיט אן ערוואכטן אבזערוואציע קעמערל ווי א פרינץ באזוכענדיג זיין היימשטאט.

אריינקומענדיג אין בית מדרש פופצן מינוט פאר מנחה טרעף איך הערש מיילעך, אן אלטער מנהיג השיחות, זיצן איבערגעבויגן איבער א נועם אלימלך, מיט א קענטיגע מיספארשטענדעניש, אויפהייבנדיג די אויגן פאר יעדן סקרוך פונעם טיר, פארכאפענדיג יעדן פרישן אורח צו א ליידיגן שמועס.
וואס האט דעם הערש מיילעך'ן פלוצים אנגעהויבן ציהען צום ר' אלימלך'ן אנשטאט א פעטן טועמיה פארשטיי איך נישט, מאנכע ווילן זאגן אז ווי נאר ער האט דאס יונגסטע פארשיקט און זיך געטראפן מיטן אלטן קלאפטע איז אים די געשמאק פון לעבן פארגאנגען. עד כדי כך אז ער'ט זיך ליבערשט שטילן די דארשט מיט תורה אין ביהמ"ד ווי מיט קאוק אויפן פארטש. אנדערע ווילן גאר זאגן אז דער אלטער הערש מיילעך איז געווארן אן אנגעזעצטער מענטש.
"שוין נישט דער זעלבער הערש מיילעך" הער איך שלום'ן נאכזאגן מיט א מינע פון סימפאטיע און ערנערונג ביינאזאם, ווי כאילו ער זאל ווען יעצט דיאגניזירן א האפענונגסלאזן פאציענט אין זיין פריוואטן ביורא אויפן העכסטן שטאק פון ען וויי יו.
צופיל מחשבה האב איך דערין נישט געקענט אריינלייגן ווייל ביפאר איך האב זיך נאך געקענט געהעריג ארענטירן האט זיך שוין דער הערש מיילעך אויף מיר אויסגעשארפט די ציין ארויסשטעקענדיג ס'האנט מיט א ברייטע שלום עליכם און א דורכדרינגליכן שמייכל.
שלום עליכם! דו ביסט אהרן מרדכי'ס יא? אהנע ברילן זעה איך שוין היינט נישט.. ביי וועם ביסטו נאר אנאיידעם לאמיך מיך דערמאנען לאמיך מיר דערמ.. אה וודאי ווי קעניך פארגעסן. מעכל! וודאי.
איך: יא קענסט מיין שווער?
הערש מיילעך: צו איך 'קען' אים? וואס רעדסטו.. איך און דיין שווער גייען צוריק יארן. לאָנג טיים. איך קען דיין שווער, דיין שוויגער, די גאנצע מעשה. וודאי וואס רעדסטו.. איך האמיך נאך געשפילט מיט דיין שוויגער אלס קינד. אונז האמיר געוואוינט אויף איין גאס. דעמאלטס איז נישט געווען ווי היינט. אמאל זענען שכנים זייער נאנט געווען. אונז האמיר געוואוינט אויף פענן סטריט צווישן ליע און בעדפארד. שרה'לע פארקאש, אוודאי געדענק איך איר.. פשי ווי אזוי זי איז אנגעקומען צו די כץ'לעך ווייסט נאר איין באשעפער. דיין שווער'ס טאטע איז געווען א צווייטע קוזין מיט מיין זיידן. א שווערער מענטש געווען. געהאט געלט טאקע אבער געלט איז דען אלעס. נעבעך א מיטגעמאכט אידל. זאג דיין שווער איז נאך אין פלארעל גארדענס?
איך: י..
דערמאנסט מיך יעצט (זאג דיסט מיך געהערט דערמאנען עפעס ב***?) איך האב דיין שווער באגלייט אלס חתן נישט מער געדאכט. דאס גייט שוין צוריק איבער דרייסיג יאר, מעם גימל, נישט מער געדאכט. א שיין יונגל געוועזן. אויך א חידוש געווען אז ער איז אַנאיידעם געווארן ביי שרולטשע ווייס. שרולטשע איז יענע יארן געווען אן עני ואביון און דיין שווער'ס טאטע וויטער געהייסן - "חיים", חיים האט זיך געהאלטן א שטיקל שיינער יוד. זיין רעבעצין לעבט נאך זאג? אַה וואס רעד איך, איך בין דאך געווען מנחם אבל זיין דארט א האלב יאר צוריק. מען שלאגט זיך טאקע אויפן הויז ניין? דער רייכער יוסל האט נישט גענוג וואס? ער האט נאך היינט ווי אמאל? אמאל איז ער געווען ברומו של עולם, איך בין ארויף צונעים אמאל --
טשאבעס גוט שבת!  סמאכטמען עפעס משה..

ב"ה ערט געטראפן א צווייטן קרבן מיט וועמען צו פירן אַן איינזייטיגן שמועס. איך האב זיך פאמעליך אוועקגעשארט און געלאזט משה'ן מנדב זיין זיין חוש השמועה פאר א וויילע.

דעם הערש מיילעך'ס ברוך הבא איז מיר שוין געווען מאדנע . הערש מיילעך איז א זעכציג יעריג אידל מיט א רייכן רעזומעי וואס באשטייט פון זיבן תורה'דיגע איידעמער,  א הערליך געפאטשקעט הויז, געוועזענע עשירות און א פארשמירט פיסקל. א איד וואס שאקעלט בניחותא צום בעל דרשן א גאנצן פרקי אבות שיעור און מורמלט נאך די פסוקים און ציטאטן. ממש פון די סאמע ראשי העדה. יארן פלעגט ער מיך בעטן צו שלעפן זיינע פעקלעך ביים לעצטן נאמען. שוין אפגערעדט אז א גריס האב איך פון אים קיינמאל נישט ארויסבאקומען. איך האב דאך צוליב אים'ן אויפגעגעבן אזויפיל באָל געימס, אזויפיל נאטורליכקייט, זיצט ער מיר יעצט דא אַן אלטן דורכפאל און מאכט פון זיך א יארד סעיל.

ענדליך באווייזן זיך מיינע נאסטאלגישע כאראקטערס, די רייסערס, די זויערע, די לצים און פויער'ן די שטרענגע און טריקענע. די מאכטפולע פערזאנען. איך ווארט שוין צו זעהן דעם גביר ברוך מרדכי זיך וויצלען מיט משה'ן, און יוסל דער שמוץ טרעגער זיך שישקענען מיט מאיר לייב, מאכענדיג א האלבן בית מדרש נייגעריג. איך ווארט שוין צו זעהן דעם כיטרען טאטע מאריות שבחבורה, מיך אדורכוואקן מיטן שמייכל וואס ער האלט נאך אָן פון יענעם עק בית מדרש. איך ווארט שוין צו זעהן לייבוש'ן זיצן מיטן פיינעם יאץ חלציו זיינעם איבערגעבויגן איבער א ישמח משה, קוקענדיג אויף מיר מיט ביטול. איך ווארט אויף די אמאליגע סענזאציענאלן געטומל ווי גמליאל טשעפעט פדוצור און נחבי לאכט, ופסי סודות'ט גדי'ן און גדי סודות'ס סיסי, פלטיאל און רפי זיצן אויסגעשפילט אין א זייט, ימואל שימפט אויף ימין און אהד באנעבעכט צחר. אבער צוביסלעך הייב איך אהן איינזעהן אז די וועלט עקזעסטירט מער נישט.

א נייער וועלט אנטפלעקט זיך פאר מיר. די וועלט וואס איך האב געקענט איז געווען די מיט די שווארצע הארעלעך. די צייטן ווען יעדער האט פרובירט פאראויסצולויפן דעם שכן, צום שפיץ. ווען יעדער האט געוואלט הייסן די שישקע, דער גביר, דער תורה'דיגער, דער אשרי יולדתוניק. די יארן אויפן וועג ארויף פון שפיל. איצטער זענען שוין די גופים האלב אפגעדינט, און די גייסט היבש אויסגעקלאפט און אלטמאדיש. קודם כל טראגט יעדער מיט זיך זיין פעקל ריאליטי, זיין פעקל לעקציעס וואס לעבן האט אים געלערנט. דא כאפט מען א שנעלקע און דארט א שטופּ ביז מען כאפט זיך די ריכטיגע אפטייטש פון בשבילי נברא העולם. אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן בלויז פארן פערזענליכן געברויך. דער עולם איז פשוט אויפגעוואקסן, מער ערנסט געווארן, דערצו איז מען פשוט אויסגעברענט. אויסגעברענט פון דעם אומבעטעמטן כבוד געיעג.
יא ס'נאך פארהאן עטליכע אומאויפגעוואקסענע פון איבער די פופציג אבער ס'שוין נישט אזוי לעבהאפטיג ווי אמאל. דער אלגעמיינער עולם זוכט א גאנג, עפעס וואס געבט מער סיפוק ווי בלויז זיין מער פון א צווייטן.

איך קוק זיך אום אויפן מיינע קינדערישע לעגענדעס און איך זעה אויסגעדראשענע אידן וואס זענען נישט לאנג צוריק זיכער געווען אז אריסטאקראטיע איז בלויז איינמאל אראפגעקומען אין היסטאריע און טאקע בלויז אין זייער דור.

איך קוק אויף ר'  מעכל, א שטרענגער איד א שייף עייל שייף דפוק, א שארפע קעגנער פון לוקסוס. נאך אזויפיל איבערמידליכע כוחות, פון באהאלטענע ציפעס ביים דאווענען ביז די געצוואונגענע שיעורי תורה און שארפע באפעלאכטצער וואס ער האט זיינע בנים צוגעטיילט במשך די יארן האט ער שוין ענדליך אויפגעגעבן אויפן נחת פראיעקט.  אויפן פירות טיש פון הונטערוויילאכטס  זיצן צוויי פון זיינע יוצאי חלציו און פירן א העפטיגע דעבאטע א גאנצן דאווענען איבער די העלט קעיר ביל, אינאיינעם מיט לייבוש'נס תכשיט'ל, וואס האט דעם גאנצן באפעלקערונג אנטוישט מיט זיין שארפן גליטש אראפ. נישט לאנג צוריק, אלס יונג בחור, איז ער ערנסט געווארן איבערנאכט זיך ווארפענדיג ביי שמו"ע א לענגערע צייט למען כבוד בית אבא, ווי די לולב ביים אויסהויכונג אום הושענא רבה. נישט לאנג צוריק איז לייבוש ארומגעלאפן פאר יעדן אריינווארפן א גוט ווארט איבער "מיין בחור". איצטער שווייגט ער שוין. ער פארלאנגט נישט מער ווי דאס ביסעלע פיאות וואס דער זוהן לאזט זיך שלעפן אין אומאן. קינדער זענען פקדונות פון הימל, זאגט ער. סא מזל זאך.


יוסל, דער אלוועלטליכער רוכל, א ידען נפלא בטיב גיטין וקידושין, וואס פלעגט נושא ומתן זיין איבער דעם'ס פרנסה און יענעם'ס ווייב, דער וואס האט דער ערשטער געוויסט אז דער מוטשעט זיך מיט זיין בחור און דער פגר'ט פאר א שידוך אז שלמה'ס ווייב איז א משוגענע און אז העניך איז באליידיגט אויף נפתלי, דער זיצט יעצט ליידיג פאר סאם ריזען. נישט ווייל ער איז ליידיג פון סחורה חלילה, נאר וויבאלד ער האט פשוט נישט קיין קונים. דער איין פארלירער וואס האט זיך שוין יא צוגעזעצט צונעים איז פונקט דער אויף וועם ער האט די סחורה. דער עולם איז פשוט מיד געווארן. דער עולם איז מער נישט אינטערסירט אין דורכזייען יענעם'ס לעבן נישטערענדיג פאר א שמיצל.

ברוך מרדכי, שטאטס גביר, א איד וואס גייט אים שוין גוט אזא אומגעפער פערציג פופציג יאר, א איד וואס קריגט אומצאליגע שמייכלען און זעהט הויפענס קעפ זיך בייגן פאר אים טעגליך, פון די סארט רייכע וואס האבן נאך שיינע קינדער אויכעט. יארן פלעג איך ארויסקוקן אויף א גוט ווארט פון זיין פּיסקל, אויף א שפאר ביסל איינדערקענונג. יארן האבן איך אים געשעצט און דורכגעטוהן צו ער איז א גוטע מענטש, א ווארימער, צו ער האט א חן אדער א פוסטע בעל גאווה, איז ער אמת'דיג קלוג אדער געלט איז מזל.
איצטער שטיי איך און קלאץ אויף זיינע סאס שיך וואס זענען עדות אויף אויף זיינע רוקן שמערצן, שלאפלאזע נעכט און שיינעדיגע הארלאזע פיס. ער פארשטייט שוין נישט די יונגערע דור. ער רעדט זיך שוין אפ אז אין זיינע צייטן האט מען זעלטן געזעהן טייערע קארס אויף די גאסן, ווער רעדט נאך פון הייזער. היינטיגע יונגעלייט זאגט ער, שנוקעס ווערן מיליאנערן איבערנאכט. ער זאגט עס טאקע בלויז פאר אינטערסאנטקייט אבער ווער ס'לייגט צו אן אויער הערט דערין א וויי געשריי וואס זאגט: נו אויב אזוי וואס מאכט מיך אזא קנאקער? עשירות איז שוין נישט עק וועלט און פּאלנע אידיאטן שטייגן אים באלד איבער.
יעדן טאג מעלדט אים דער עלטסטער זוהן איין איבער א מעלאונע וואס דער יונגערמאנטשיק האט געכאפט און איבער א געשעפט וואס יצמח פורקניה'ס איידעם גייט דורכפירן מיט יענעם העטש פאנד, דער יונגערער מעלדט אים איבער די געפאָראכטס וואס האט זיך לעצטענס אנגעהויבן ביי יונגעלייט. דער קיין יוטאה דער קיין פראג, א צווייטער קיין דובאי א דריטער קיין גריכלאנד. קליינע טראטשאקס, פארפירט דער פאטער. ער הערט נישט אויף צוריקצוגיין צו זיינע צייטן. אין מיינע צייטן האט מען נישט געהערט אזאנס. איי ווי נעמט מען דאס בייכל פון אמאל, דעם גביריש בייכל.
דער איידעם זיינער, האט ער איינגעקויפט אין די אמאליגע טעג ווען תורה'דיג איז געווען טאפּ טרענד, און מער פון א בחור א למדן וואס גייט בלייבן לערנען עלף און צוואנציג יאר האט מען גארנישט געזוכט.
קומט ער אים יעדן זוממער אהן מיטן רויטן רענטל אויטא, אזוי האלב כוללדיג האלב עמעזאניש, און גייט אים ליידיג א האלבן וויקענד. האקט וואטערמעלאונע מיט נאסע פיאות שבת נאכמיטאג הארט ביפאר מנחה אין שווער'ס באנגעלאו. דער שווער וואס עסט זיך דאס געזונט פארן אים קויפן א דירה למען השם.
נו א וואוילער, אמת. אבער וואס איז דען וואויל ווערט היינט?

נו וואס מיינסטו, ארויפוואקענדיג צום באלעמער פאר אן עליה, האט מיר ברוך מרדכי מכבד געווען מיט א מידל עיזש היימישע וויץ לכבוד שבת, געאייגנט פאר די זעכציג און העכער. איך געדענק נישט קיין ווארט דערפון, ווייל מחמת חשש אז איך גיי נישט אויפכאפן ווען די וויץ ענדיגט זיך הייב איך שוין אהן שמייכלן גלייך פון אנהייב און איך קען שוין נישט געהעריג פאוקעסען אויף די עצם אויסשיס פלאץ. איך קוק אים אין פרצוף און זעה א מענטשעלע. אן עלנד מענטשל וואס האט פרובירט צו מאכן א רושם אויף דעם כדור במשך זיין לעבנסטעג. א איד וואס האט שוין טיילווייז איינגעזעהן זיין ענדע אבער קען נאכנישט שלום מאכן מיטן מצב. א איד פיל מיט חרטה. א איד וואס איז אפשר צוויי מאל אין לעבן געווען גענוג שטארק צו זאגן איים סארי, און איך האב רחמנות אויף אים. איך וואלט איך געגלעט און קאמפלימענטירט אבער ער איז נישט אויסגעשטאטעט מיט די כלי קיבול דערפאר.

איך קוק צוריק אויף די טעג וואס איך זיך פאר זיי פרובירט אהערצושטעלן, אויף די כאראקטערן וואס פלעגן מיר עסן דאס הארץ, אויף די עפיזאדן וואס פלעגן צוטומלען מיין גייסט, און איך לאַך פון מיר אליינס. איך לאַך נישט פון קיינעם, פון גארנישט נאר פון מיינע אייגענע זאמדיגע אויגן.

איך האב נישט געקענט אין די ביסל שורות אראפשרייבן אלע פארצווייגטע דעטאלן און געהעריג מאריך זיין, איך ווייס אפילו נישט געהעריג אין וועלכע אפטיילונג דאס באלאנגט אבער די צייט דריקט, דערפאר העמיר דא אראפלייגן דעם פעדער און מיט דעם אפצייכענען דעם שבת מאירת עיניים אין סאליווען קאונטי.

(וזאת למודעה, אסאך מאל טרייב איך איבער א געוויסע געפיל וואס קען אפשר אויסזעהן העסליך אבער איך מיין דאס קיינמאל נישט אויף דעם וועג ח"ו)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הבל וריק אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:56 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:13 pm

אוי שניידט דאס! איך קלער דו וואלסט הנאה געהאט פון דעם הימלישן ניגון.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:15 pm

כ'האב נאכנישט עספיעט אדורכצוליינען ס'גאנצע, אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטן פון אויסשרייען מיין התפעלות.
דער הבל וריק האט א כח אין באשרייבן זיינע עקספיריענסעס מיט אזא מאס כשרון אין יעדן זאץ אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן!
מ'קען לאכן און וויינען שטורמען און קרעכצן, פליען און קלאצן שרייען און שווייגען ביים זעלביגן זאץ.

ס'שרייט זיך פון זיך אליינס ארויס 'הפלא ופלא'!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:16 pm

הבל וריק: דיין מאמר איז שוין גארנישט הבל וריק. ערשטנס האסטו מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער פון די הומאריסטישע מצבים וועלכע דו האסט אראפגעלייגט. צווייטנס. איך האב מיך געפונען אין זייער א סאך פון דיינע שילדערונגען. איך האב געהאט דאס געפיהל אז דו קענסט ליינען מיינע מחשבות און איבערלעבענישן. איך האב נאר נישט געוואוסט ווען זי אויפצוועקן. און אז דער חלום איז געענדיגט...!

דו מעגסט שרייבן מער אפט. און מהנה זיין דעם עולם. איך ווייס נישט וועגן אנדערע. אבער איך האב זיכער א הנאה פון דיין געשרייבעכץ. אדער בויך גרימעניש...קיעפ איט אפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:24 pm

איך אויך: ייש"כ. ס'איז זייער א שיינער ניגון. אויסער די פראבלעם פון קול באשה איז עס זייער שטארק אינספיירינג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך תנחום » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:59 pm

א היכי תמצא פון הבל וריק מיט אזויפיל תוכן!
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:27 pm

איך אויך האט געשריבן:אוי שניידט דאס! איך קלער דו וואלסט הנאה געהאט פון דעם הימלישן ניגון.


נישט געדאגה'ט פון יוסי גרין איז גע'גנב'עט פון דעם.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:37 pm

בשעת'ן הערן (אנטשולדיג'ס ר' בערל די האסט א פראבלעם איבער צוהערן...כדלעיל) האט עפעס געקלינגען היימיש טאקע
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2942 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:45 pm

וואלווי: יא. מיר האט אויכעט געקלינגען היימיש. אבער וואו קום איך דא אריין אין קוגל...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:57 pm

קומסט טאקע נישט אריין. כ'האב נאר דאס געמיינט. ווען מ'וויל עפעס דערקענען הערט מען עס איבער אפאר מאל.

berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך: ייש"כ. ס'איז זייער א שיינער ניגון. אויסער די פראבלעם פון קול באשה איז עס זייער שטארק אינספיירינג...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2942 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:50 am

הבל וריק, דו האסט א פעדער משוגע ציווערן.
איך ממש געווען דארט, דו לייגסט אראפ אזאך אזוי גוט, כהאב געמיינט אינמיטען ליינען אז ריעללייף ליינט דיין ארטיקעל און שפיעלט עס אויף.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך הערסטע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:47 am

הבל וריק, דיינע דיטעילס זענען צודרייט צו ווערן.
יישר כח
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:23 am

אנ-פריקען-בעליוועבל :like :like
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:41 pm

געוואלדיג!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1785
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2282 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:42 pm

נאכן איבערטראכטן איז עס גארנישט אזוי שמייכעלדיג

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1785
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2282 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:55 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאכן איבערטראכטן איז עס גארנישט אזוי שמייכעלדיג

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ס'ווענט זיל ווי אלט דו ביזט??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:03 pm

איטערוועי איז עס געוואלדיג, רייך געשריבן, און ס'רעדט צו יעדע יארגאנג, פאר די אינגערע איז עס צום לאכן און פאר די עלטערע איז עס צום ציפן
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:00 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איטערוועי איז עס געוואלדיג, רייך געשריבן, און ס'רעדט צו יעדע יארגאנג, פאר די אינגערע איז עס צום לאכן און פאר די עלטערע איז עס צום ציפן
די אינגערע ווערן אויטאמאטיש די עלטערע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1785
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2282 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:05 pm

גוד ניוס פירסט, עכט געשמאקע ארטיקל, בעד ניוס, ס'איז צו אמת...

דערמאנט פון ק"ש'ס פעטע יארן!
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2942 מאל

Re: וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:14 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איטערוועי איז עס געוואלדיג, רייך געשריבן, און ס'רעדט צו יעדע יארגאנג, פאר די אינגערע איז עס צום לאכן און פאר די עלטערע איז עס צום ציפן
די אינגערע ווערן אויטאמאטיש די עלטערע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גערעכט, אבער דע אינגערע כאפן נישט וואס דע עלטערע כאפן,
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך shem-tov » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:26 pm

א שטיק קהלת
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:12 am

shem-tov האט געשריבן:א שטיק קהלת

געטראכט ממש די זעלבע ווערטער!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:57 am

נאסטאלעגיע.
די סארט געשרייבאכצער האבן מיך געצויגן אהער
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:03 am

וַיַּחֲנוּ בְּתָחַת

נאך אזא זאפטיג שיקל קאנסטו שוין אריינלייגען דעם פינטל אינעם תאו

געוואלדיג!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:08 am

ב2חת. נישנאר זיי האלטן אויף א וועג, זייער אידילאג אויך. גוט ארויסגעברענגט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט