קריטישע פאטיציע דרייוו!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

קריטישע פאטיציע דרייוו!

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]איך עפען דא א פאטיציע איבער א גאר וויכטיגע נושא, און איך בעט דער עולם זאל מיר שטיצן

שוין א שטיק צייט וואס האט זיך געגרינדערט אונטער אונזער פיס א בית וועד לחכמים ווי נאר די עליטע צווישן אונז, די שטארק שפיצעגע קארפן קעפ, קענען נעמען א טייל און די שמועסן, און ס׳וואקסט ווי שוועמל, ס׳קוקט נישט אויס ווי מ׳קען עס אפשטעלן.

מיינען מיין איך די אלעמען באקאנטע שטארק פאפולערע אשכול, וואס ווערט נאר געליינט דורך די רעדאגירער׳ס זעלבסט, ווען איר זעהט די אשכול מאכט איר עס ניטאמאל אויף, אבער ס׳קומט אייביג ארויף אויבן אן ביי די אקטיווע אשכולות, די זעלבע דריי פיר חברה פירן דארט די היציגסטע דעבאטע פונעם יאר הונדערט.

איך וואלט געראטן אז מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז אזאנע גרויסע בעלי מח זאלן זיך דרייען דא מיט אונז קליינע קעפ, ס׳קען נאך שאטן פאר זייער חכמה, מ׳וואלט געדארפט נעמען זייער אשכול און עס פלאצירן אויף א באזונדערע וועבזייטל און זיי אלע אהין שיקן, און דערמיט פערזעווירן די גרויס מאס חכמה וואס דרייט זיך צווישן זיי אז ס׳זאל נישט פארפאלן גיין.

מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז אזעלכע חכמים ונבונים זאלן פארלוירן גיין צווישן די המון עם, לאמיר זיי אפשיקן צו א באזונדערע וועבזייטל, וואס וועט דינען ווי א אויסשליסליכע אינזל פאר חכמה אזוי ווי מהאט געטוהן מיט די חכמי חעלעם, און זאלן זיי זיך מערן ווי די פיש און וואסער און זיך באלייכטן איינער דעם צווייטן מיט זייער חכמה, אנדעם וואס זיי זאלן זיך אנקלאפן מיט אונז קליינע נערישע מענטשן און זיך שעדיגן פון אונז.

ווי ס׳קוקט אויס אצינד גייט זייער אשכול בקרוב גרייכן 60 דפים, די חברה גייען אן לייק נאו טאמאראו, שטעלט אייך פאר ווי גרויס ס׳גייט זיין די כבוד פאר קאווע שטיבל אויב דאס גייט גרייכן גאנצע 60 דפים, איך מיין אז דאן גיי איך זיין גאר שטאלץ צו זיין א חבר השטיבל, און מיין אנוועזנהייט אין שטיבל גייט זיין ווי קיינמאל בעפאר, וואט אבאוט יו?

און פאר די היראו׳ס וואס נעמען אנטייל און די חכמה שמועסן דארט, וואלט איך געראטן אז מ׳זאל ציילן ווער סהאט די מערסטע רעאקציעס אין יענער אשכול, יענער זאל באקומען א אפיציעלע פלעק פון קאווע שטיבל, ער זאל געאנערט ווערן אלץ דער ׳חכם פון מה נשתנה׳, מ׳זאל אויך רעדן מיט די מדינה אז זיי זאלן אנערקענען דעם געווינער אלץ דער גרעסטער ׳גיוס פארשער׳, נו ווער הייבט אן ציילן?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר