רעקארד ברעכענדע ראפעל ראקט די יוניידעט סטעיטס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

רעקארד ברעכענדע ראפעל ראקט די יוניידעט סטעיטס

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]כ'שטיי נעכטן ביים גאז פאמפ אנצופילן דעם טאנקל, אזוי ביז ער פילט זיך אן 'רעגעלע' בין איך אריין אין געשעפטל קויפן א דעניש, פארשטייט זיך אריינגעכאפט א קטן צוויי... העי, ווי נישט ווי די "קאטען עוורי ניינטי מיניטס" ווארענטי אז דער אצבע קטנה פון הינטן זאל זיך נישט צעהינגערן האט געהאלטן ביים אויסלויפן... שטייט דארט ביים רעכענער א שורה בירגער, שווארצע ווי ווייסע, אידן ווי ערלים, לעגאלע ווי אומ'לעגאלע. נו, שטעל איך מיר אויך אין די שורה.. וואס פארקויפן מען? מען פארקויפט א לאטא. ניין נישט נייטרע ראפעל.. נייטרע איז שוין רעזערווד פאר אוסטראליע...

גראדע, כ'טראכט לעצטענס אויף מופן קיין אוסטראליע, צווישן די צען אידן דארט האבן שוין ניין געוואונען די נייטרע געזאגט-ווי-געטון-געטון-ווי-געזאגט ראפעל. טאמער מוף איך יעצט האב איך א פופציג פראצענט שאנס צו געוואונען די נייטרע סיענע...

הקיצור, צוריק צום לאטא. איך האב מיר אויך איינגעהאנדעלט איינס צו זיין אויף די סעיף סייד. ביינאכט אין סמעדריש האט דער עולם גע'רעשט מיט די קומענדיגער לאטא. דרעזדנער האט פון ספיד-דייל ארויפגעשלעפט אויף קאלמע דער בעל דאנאט ליקער איבער צוגעבן פאר די לעכטצענדע צוהערער וויפיל שטיק ער האט שוין פארקויפט און נאך אונטערעסאנטע שאלות. פון דער דאונאט ליקער געשעפטסמאן האב איך פארשטאנען אז מיינע שאנסן צו געווינען זענען קלענער ווי הילערי קלינטאן זאל ווערן פרעזידענט...

מיט גרויס פאמפע איז דער געוואונער געווארן ארויסגעצויגן לייוו ביי חצות הלילה. דער אנוועזענדע ציבור אין אזוי אויך די פולע וואס וואטשן עס לייוו קוקן זיך איין מיט קענטיגע איבערראשונג ווער ס'וועט זיין דער גליקליכער גביר. דער געווינער - גראדע מיינס א קאסטאמער - אן ערל פון מינעסאוטע האט זוכה געווען אין די אסטראנאמישן געווינס. ער רופט מיר אן מיט איין פרייד: געוואגטער יו גאטע ליסען.. איי וואן די לאטא! שוין מזל ווי דער ארענדזשער פאמקין טראמפ...

כ'האב אים גלייך געפרעגט צו ער נעמט די גאנצע אויפאמאל אדער צוביסלעך זאגט ער מיר, אז דער ארויסציער איינער מיט א מיטל מזרח אקצענט האט אים פארגעשלאגן צו נעמען די גאנצע אויפאמאל, ווייל צו נעמען שטיקעלדיג קען זיך עס צורייסן.

וואס הייסט צורייסן, פרעג איך אים. ער זאגט מיר כ'ווייס אויך נישט, ס'האט געסאונד מאדנע פון זייערע ווערטער, כ'ווייס אליינס נישט. כ'האב זיי געזאגט קודם שוקטס מיר די אסטראנאמישן געווינס.

ער רופט מיר צוריק היינט אינדערפריה מלא חמאה. געוואגטער! כ'מיין איך בין געפאלן צו א סקעם פון אפאר מיטללענדישע חברה.. היינט אינדערפריה באקום איך א פעקל מיט יופיעס, כ'פליק אויף די פעקל זעה איך א צעטיל "געווינער" כ'פליק נאך און נאך און א שטינק קומט ארויס... כ'נעם ארויס די פעקל אויפן פארטש און כ'פליק ווייטער.. דער גערוך שטארקט זיך ביי די מינוט, ווער ווייסט ווי איך בין אריינגעפאלן דא.

געוואגטער יו רימעמבער דע ווייט שארטס איי סאו יו אן אוער וויקעעישאן? וואאאסס??? יעס יעס, געבט ער א כליפע, איך האב ארויס געשלעפט א גאטשע מיט אן אונטערהעמעד פון די פעקל...


זבל קודש! שוק מיר א פיקטשער בעט איך אים האלב שטוקענדיג פון געלעכטער האלב פון רחמנות...[/justify]
ארעסטאנטן קליידער.jpeg

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר