דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

דירה קריזעס, כ'צאל רענט פאר שומר שבת

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

סאיז צוויי פארטאגס אין איך דריי זיך אינדרויסען פון שומר שבת מיט א ריזיגע שמייכעל.
זאג נאר שטאפענע ולשמחה מה זו עושה?
סהייסט ? כצאל דאך 3 אלפים א חודש רענט?

זאג נאר שטאפענע, טאקע צווי פארטאגס אבער איר קענט אפשר ענטפערן צום זאך? וואס האט דיין רענט מיט שומר שבת?

כענטפער צום זאך, כדריי זיך מיט א שמייכעל אין שומר שבת ווייל כצאל דריי אלפים רענט א חודש,

אהההה!!! אקעי גוטע נאכט.

פונעם ווינקעל פונעם אויס זעה איך ווי ער נעמט ארויס די טעלעפאון אין שיקט א וואיס נאיוט
וואס מיטשטאפענע? עפעס געשעהן? ער רעדט עפעס ווו א שיכור!!!

רבותי כבין נישט שיכור!!! ס׳האט שוין איינמאל א קשר!

כהאב מיר געמאכט לעטצענס א חשבון הנפש, איך וואין דא אין שטאט אויפ א צוונציגער הויז א רענטעל אויפן דריטע שטאק עטעטשט פון ביידע זייטן,
וואס פשט איך צאל אזא הויכע רענט? מקען דאך דינגען אין נעברעסקא אזא דירה פאר 100 א יאר??
נאר מצאלט פארן געגענט!!!!
יעדער קינד פארשטייט אז 1200 סקווער פיס אין ברוקלין אין 1200 סקווער פיס אין דעללעווער איז א ריזיגע נפק״מ, ווייל דא צאלט מע מער צו וואינען ווייל די שטאט קומט מיט היפש אסאך בענעפיטן, פאר איינער מיינט עס לעבן מאנהעטטען פאר א צווייטע מיינט עס לעבן wall Street אין פאר א דריטע מיינט עס אן א צאל רעסטעראנען, נישט קיין נפק"מ יעדער זיין סיבה!


איך בין א אינגערמאן וואס מאכט כסדר חשבון הנפש, סיי רוחניות אין סיי גשמיות,
כ'האב נעכטן נאכט אריין געטראכט, פארוואס וואין איך דא אין שטאט? ס'איז מיר גארנישט באטאמטע
כבין זיך זייער מוסר נפש דא צו וואינען,
פאריקנג אזוי ביטע שווער,
נישטא געהעריגע פענסטער אינעם דירה נאר פראנט אין בעק.
די פארטש וואס דאס די קינדער גארטן, איז בערך אזוי גרויס ווי די סקווירא רבי מקווה אויפ וועקאציע,
א סוכה אזוי גרויס ווי א סמארט קאר
איבעראל אזוי צושטיפט

נו איז פארוואס וואין איך טאקע דא אין שטאט?

פאר מיין דזאב? ניין!!! כ'בין א וועב דיזזינער כ'קען דאס טוען פון עני בעיסמענט, אלץ איך דארף איז אפטימום.
מוסדות פארן קינדער? דא אין מאנסי געונג אין נאך.
חברים? כ'קען זיך שנעל מאכן נייע חברים אין מאנסי
משפחה? כטרעפ זיי פונקט איינמאל א יאר ביי פעטער פינחס מאכט חתונה,
לעסט טיים איי טשעקט איז די הייוועי אריין אין שטאט עוועילבעל ווען פעטער פנחס מאכט חתונה!
גראסערי? דא היינט גרעסערע אין באקוועמער אין לעיקוואד ווי בארא פארק,
מיין שווער? כ'קען עיהם פיינט האבן פון 40 מייל אוועק, דארף נישט זיין דווקא אפאר בלאקס אוועק.

אלא מאי, אינגאנצן משוגע בין איך דאך נישט,
איי מין איך צורייס נישט קיין הונדרעטע יעדער מאל כגיי קטנן,

גאנץ פשוט, איין זאך איז דא אין בארא פארק וואס איז נישט דא אין מאנסי.
א ביהמ"ד וואס האט מנינים 4 פארטאגס אין שטינקט ווי קיינמאל ביפאר!
לעבן זאל משה מצגר!!!!

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר