אן אומ'היילבארער מחלה פארשפרייט זיך צווישן אונז

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

אן אומ'היילבארער מחלה פארשפרייט זיך צווישן אונז

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]עס פארשפרייט זיך לעצטנס א ביטערע מחלה וואס די דאקטוירים זענען דערווייל נאך נישט אויפגעקומען מיט קיין לעזונג. די TSA האט אונטערגענומען שטרענגע מאסנאמען ביים אריין קומען פון אנדערע לענדער אבער זאגן אז עס פארשפרייט זיך ווייטער אנשטעקענדיג פון דאס שענסטע און בעסטע מיר פארמאגן.

די דאקטוירים פון מאסעטשוסעטס אינווירסיטעט זאגן אז זיי האלטן נאך ביי די פריע שטאפלן פון דערגרינטעוון די שורש פון די מחלה אבער זיי קענען שוין מער ווייניגער אנצייגן אז עס קלאפט בעיקר אויס ביי עלטערע מענטשן פון אריבער די פערציג.

און א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א פראפעסער פון קאלאמביע איז ארויסגעקומען פארשידענע סימפטאמס צו וויסן צו מען איז ליידער אנגעשטעקט מיט די מחלה - ווי ערקלערט שפעטער א חלק פון די סימפטאמס.



חיים מעכיל איז מיין שכן יעדער שבת ביים דאווענען. לעצטענס האב איך באמערקט עפעס ער איז נישט ווי געהעריג, אינמיטן חזהש"ץ ביי מנחה זעה איך ווי ער יאגט ארום מיט א קונטרס'ל פון ר' מיילעך בידערמאנ'ס טוירעס אונטערן ארעם און ווייזט פאר יאסלען דער ת"ח א בליץ פון בידערמאן... א חתם סופר האט ער זיך שוין אויך מיטגעברענגט צו זיין פלאץ...

ביי קריה"ת ער מעג פרעגן נא אהע עהעה אהא אבער ווען כ'האב באשלאסן צו ענטפערן האט ער מיר געוויזן א שושקע מיט א שטייפן פינגער ווי אברהם פריד פאר rccs, ביי הגבה שרייט ער שוין "אמת תורתנו הקדושה"... כ'האב געזען אז ס'איז מאדנע אבער כ'האב געשוויגן. אבער ווען כ'האב געזען נאכן דאווענען ווי ער פארציילט א בליציגע קשיא תירוץ וואס סאיז אים פונקט איינגעפאלן אויפן סדרה אזאנס וואס מען האט גע'פיקט' אין כיתה ד' אין עיקר שפתי חכמים, האב איך ריעלייזט ס'איז צרות... דער מענטש איז אריין אין א דרייוו וואס ווער ווייסט ווען דאס ענדיגט זיך רח"ל.

אנדערע סימפטאמס האבן נישט פארשפטיגט צו קומען.. טוישט זיך אן עקסטערע קאפל צום דאווענען וואס ליגט פארפאקט אין טלית בייטעל.. גייט באוואפענט מיט א סענדוויטש בעג טרעוועל לעכט... זאגט שוין קטורת אין א פארמעט... רעדט שוין פון סטעישען וועגענס אדער פון או דזשעי סימפסאן.. מאכט פתיחה אין די הייליגע טעג.. שרייט שוין ביי תתקבל "קבל ברחמים וברצון".. גייט שוין צו פרקי אבות שיעורים.. קען שוין נפחה'נען בפומבי "מפיח לפי תומו".. אריינגעבן א ספר תורה לאזט זיך שוין קלערן.. האט א שיעור יעדען זונטאג.. קען זיך שוין דערמאנען מעשיות פון רעבי'ן וואס זענען קיינמאל נישט געשען.. געדענקט נאך ווי היינט דער רבי פארן סטראוק, עה.. דאס מיינט זינגען/שפילן/לערנען/פארציילן/עסן/בייזערן/שלאפן/ווערטלן? דו ווייסט וואס דער רבי האט געקענט? דער רבי איז געווען א כל בו! ס'געווען א זרילען מיט יוסלען.. גיי זאג זע.. לייגט שוין פעניס ביי ויברך דוד.. קען שוין גיין פאר א כולל בוקר מיט די קאלערדיגע תפילין בייטעל פושקע.. שטיקט זיך שוין פאר געלעכטער יעדעס מאל מען זונגט אריין ביים בר מצוה פשעטיל..

עס איז דא נאך סימפטאמס צו דער "פארטי פלו" קרענק, דאס איז נאר געווען א טייל פון זיי תן לחכם ויחכם.



ווען איך האב געענדיגט שמועסן מיט'ן פראפעסער האב איך אים געזאגט דו וועסט מוזן מודה זיין אזוי ווי יעדער חכמה, אז דער תורה און גמ' האבן שוין געוויסט די ערשטע אזוי ווי משה נחום קרויס האט ענק שוין אלע אויפגעוויזן...

איך ציטיר דא א קוואוט וואס כ'האב געשריבט עטליכע יאר צוריק א בפירושער מקור אויף דער מחלה:


דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:לערנענדיג חומש"י היינט אינדערפריה האב איך אויפגעפאסט, אז דעי מחלה וואס מיר רופען "פערציגער פלו" ווען מענטשן גרייכן די פערציג פארגעסן זיי פון אלע זייערע מצות ומעשים טובים וואס זיי האבן געפראוועט, און הייבן אן מיט די צינדען ליכט, קושן די פרוכות, שושקענען שוין ביים דאווענען, איז בכלל נישט ניי. עס האט שוין א מקור אין די תורה גאר!

רש"י איז מסביר ביי עשו, אז ביז די פערציג פלעגט ער זינדיגן אויף קרוז: כל ארבעים שנה היה עשו צד נשים מתחת בעליהן ומענה אותם.
הערשט ביי די פערציג האט ער אנגעהויבן שפילן צדיק... ער הערט אויף לאקערן און פאטשקענען: רק כשהיה בן מ' נשא אשה.
[/justify]

קיין רפואה איז דערווייל נאך נישט דא. עס איז נישט דא קיין שאטס פאר דער פערציגער פלו. מאנכע שטיפן פאר יוראוויטש טראפן אנדערע שווערן זיך ביי דער ביי-וועכענטליכער נעתר לבקשתינו'ניק לעבעל...

הדא הוא דכתיב: האסט מיר נישט מיטגענומען ווען דו האסט געזונדיגט נעם מיר נישט מיט ווען דו טוסט תשובה.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר