פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 10:39 pm

על אם הדרך..

פון די ערשטע צייטען פון פארערס און רייטערס, איז טרעועלען אייביג געווען פאר'ן טרעוועלער עפעס אזא מין אינטערסאנטע עקספעריענס וואס איז געווען א מיש פון רואיגקייט און טיפע מחשבה, קלארקייט און פארקלאצקייט צוזאמען, וואס האט אייביג אריינגעלייגט דעם פארער אין עפעס א חויה מיוחדת וואס עפענט די אויגען צו פארשטיין און זען פארשידענארטיגס וואס מ'וואלטט אנדערש נישט אזוי שנעל אבזערווירט. אנגהויבען פון די צייטען פון רבה בר בר חנא אין די ע' בלעטער אין ב"ב, ביז די היינטיגע צייטען פון שלום לעמער אויפ'ן וועג אהיים, איז כמעט אין דרייוו בלא חידוש וואס מ'איז זיך נישט קונה עפעס א גילוי.

נישט סתם אזוי האט די כה"ג אריינגעריקט אינ'ם תפילה קצרה יוה"כ דעם ואל יכנס לפניך תפילת עוברי דרכים, אקעגען די תפילות פון היים זיצערס, זעט אויס אז דעם תפילת עוברי דרכים איז עפעס א טיפערע געבעט. נישט אומזונסט, ער טרעוועלט יעצט.

אלזא, עלעך מיט טיילן מיט'ן ציבור עטליכע פון די אבזערוואציעס און השגות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט במשך די יארן, ואחרון חביב אראפשרייבן א לעצטיגער אנדערקענונג.

די equation פון די שטייטע דרייווערס דא אין די נארט איסט וואס פאר'ן פונקט אין פראנט פון מיר וועט אייביג זיין בערך אזוי:

א קאר מיט א bumper belly = פארט שטייט + רעכטע לעין
א קאר מיט א נישט ניו יארקע לייסענס פלעיט = פארט שטייט + לינקע לעין
א subaru forester = קריכט + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס = געפארקט + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס + בערני סענדערס באמפער סטיקער = רעווערס + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס + בערני סענדערס באמפער סטיקער + אלטע דרייווער = רעווערס + לינקע לעין + לינקע בלינקער אנגעצינדען

דוק ותשכח...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2970 מאל

הודעהדורך גראף » דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 11:40 pm

די אלע סובארו קאר'ן פארן אלעמאל אויף אכטע עוועניו אין ברוקלין שטייטער ווי שטייט. איך האב שוין אפילו געזעהן/געהערט וואו א פאליס קרוזער האט שוין גענוג געהאט פון די קריכערס און אויס גערופען הויעך אויפ'ן ספיקער -
Let's go!! Wake up wake up!!

טייל פון זיי האבן נאך אפילו גאור - ליבערמאן באמפער סטיקערס..
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 884
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 487 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 23, 2018 6:28 pm

האט איר אמאל באמערקט וויאזוי חסידים טוישן א לעין?

זיי טשעינדזשען לעינס, און נאכדעם קוקן זיי אין שפיגל אויב זיי האבן געקענט...! :lol:

נאך אזאך אז איר דרייווט אויף די הייוועי אין ניו דזשערזי און איר זעהט א SUV אדער א מיני ווען פארן ש ט י י ט אויף די לינקע לעין פאר מיילן לאנג און זיך בשום אופן נישט אריינרוקן אין די רעכטע לעין. קענט איר בעטן אסאך געלט אז דאס איז א חסיד מיט א היט וואס האלט אינמיטן זאגן תפילת הדרך מיט קאפיטל קי״ט און ויהי נועם זיבן מאל און שיר השירים אהין און צוריקצווועגס, און אין די אנדערע האנט האלט ער א עלים לתרופה, א כשרע פליפ-פאון מיט א היימישע ביזנעס דירעקטארי. און עלעף קינדער טאנצן אין די בעיק מיט קולות וברקים :?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג אפריל 23, 2018 9:03 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 23, 2018 6:37 pm

אויפן וועג אריין צום פראספעקט עקספרעסוועי די צווייטע לעין דער וואס ס'סינגעלט נישט איז א קלארע סימן אז ער איז א חסיד. וואס הייסט איך פאר דאך קיין בארא פארק פארוואס דארף איך בלינקן?....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאצקע ציקער אום מאנטאג אפריל 23, 2018 9:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1479
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 23, 2018 8:27 pm

קאצקע ציקער: און ווען ער דרייט זיך איין רעכטס אויף א גאס, סיגנעלט ער דען יא...?!

איך האב שוין פון לאנג געהאט א פארשלאג פאר די קאר מאנופעקטשורערס, אז די קארס וואס זיי פארקויפן אין די היימישע געגנטן זאללן לכתחילה קומען אן א בלינקער. דער עולם נוצט דאך עס סייווי נישט..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אפריל 23, 2018 9:29 pm

בעסער זענען די וואס צינדן עס אן אינמיטן זיך דרייען.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 23, 2018 11:03 pm

קורקלענד האט געשריבן:בעסער זענען די וואס צינדן עס אן אינמיטן זיך דרייען.

אויך עפעס :lol:
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1479
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:47 am

מען כאפט אמאהל א טיקעט פאר נישט בלינקען?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג אפריל 24, 2018 6:49 pm

גוט
בייגעלייגטע פיילס
2018-01-1950511.jpg
2018-01-1950511.jpg (10.86 KiB) געזען געווארן 3555 מאל
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:25 pm

אישתישבי האט געשריבן:מען כאפט אמאהל א טיקעט פאר נישט בלינקען?

שוין פאסירט כמה פעמים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:28 pm

ס'איז אבער אינטרעסאנט. כל האמור למעלה רעכנט נישט אריין די איינוואוינערס פון קרית יואל/מאנרא. זיי מאכן יא די בלינקערס פאר א טוירן. בכלל דרייוון זיי מיט מער בארעכנטקייט. שלא כדרך אנ"ש ברחובותינו. מעגליך אז דאס קומט ווייל די סטעיט פאליס זענען שטרענגער מיט אינפארסירן די טראפיק רעגולאציעס...! אדער האט דאס צו טון מיט איידלקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

Re: פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:21 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אבער אינטרעסאנט. כל האמור למעלה רעכנט נישט אריין די איינוואוינערס פון קרית יואל/מאנרא. זיי מאכן יא די בלינקערס פאר א טוירן. בכלל דרייוון זיי מיט מער בארעכנטקייט. שלא כדרך אנ"ש ברחובותינו. מעגליך אז דאס קומט ווייל די סטעיט פאליס זענען שטרענגער מיט אינפארסירן די טראפיק רעגולאציעס...! אדער האט דאס צו טון מיט איידלקייט...!
ווייל זיי האבן א שטרענגן מרא דאתרא
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 25, 2018 3:17 am

דער גאלדענער אדלער:דער רבי שליט"א איז נאכנישט אנגעקומען צו דעם פראבלעים. ער (און זיינע געהיים פאליציי) זענען ב"ה שטארק פארנומען אויסצוראטן סמארט פאונס. אויך, האלט מען אינמיטן דעם וימסרו קאמפיין. (דער רבי הגה"ק מהר"א שליט"א האט דאך ליעב צו געבן פאר א יעדע מערכה א צוגעפאסטן נאמען.) וואו פארביטערטע, איינזאמע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין חברים, גוטע פריינט און באקאנטע וועם איינצולאדענען צו א שבת אדער יו"ט'דיגע סעודה. אז זיי זאללן ארומגיין שפיאנירן און מסר'ן זייערע שכנים וועלכע רופן יא זייערע גוטע פריינט צו א שבת סעודה. און מוצאי שב"ק. תיכף נאכ'ן זמן רופן זיי אריין צום ועד. און געבן איבער די נעמען פון די אנשי רעים וחטאים...! און דער וועד משמרת הצניעות טוט שוין וואס מ'דארף...!

אפשר ביי די כ' סיון פארזאמלונג פון אנ"ש וועט מען אויפברענגען די פראבלעימען...!

אויך. וואס הערטצעך מיט די ציונים...? זיי זענען שוין געפגר'ט...? און די טמא'נע צה"ל און די טמא'נע נחל חרדי. און די טמא'נע עירוב. אוי. דאס איז דאך די זאלונים'ס קאמפיין. אנטשולדיגט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

Re: פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 7:33 pm

גאנץ גרעיטער ניו יארק איז א חורבן...
נישט רעקאמענדירט צו דרייוון.
2018-11-15-18-32-50.jpeg
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 735
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:25 pm

החוקר: ייש"כ. איך בין א שמח בחלקי. איך דארף נישט גאנץ גרעיטער ניו יארק. פאר מיר איז גענוג צו דרייוון אין בורא ד'פארקא. פרוביר צו דרייוון א באס אין אונזער היימיש שטעטל אין דעם שניי'איגן וועטער... איך האב אבזערווירט א פלא'דיגע זאך. ווען ס'לאזט זיך אראפ א שניי שטורעם. שטאטס דער עולם זאלל דרייוון מער פארזיכטיג, ווערט מען עפעס צולאזט. ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה. ס'עקזיסטירט נישט קיין רויט לייטס. און כל דאלים גבר. אויך. דער עולם פארקט עפעס ווי גלייך מ'וואלט געווען ביים טאטן אין וויינגארטן. ס'האט גארנישט צו טון מיט די שניי. ס'איז פשוט א נס אז די באסעס און טראקס ווישן נישט אפ קיין קארס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:28 pm

קורצע אנעקדאטן איבער א בטעות'דיגער באזוך אין מאנרא

א יוקאן אין פארנט פארט שטאט, פון די בעק ווינדאו זעה איך דעם גראבן אינגערמאן איבערגעבויגן איבער זיין טעבלעט מיט א מים חיים סעלצער באטל אין די הענט.

א לאאאנגע שווארצע סובארבאן פארט מיט די היי בימס אין בעק און לאזט נישט מנוחה.

א ליבערמאנס פריאס טעקסי פארט אנטקעגן איבער מיט געלע היי בימס שטערנדיג מיין זעה קראפט.

א שעווי טריווערס מיט טינדעט ווינדאוס דרייט זיך ווילד אריין הארט אין פארנט פון מיר אנע בלינקערס אפילו.

ער שטעלט זיך אפ אין צענטער פון עיקערס און מאכט א מאסיווער יו טורן.

אה, כ'האב פארגעסן די אלע אדיסיס אום סייענעס געפארקט לענגאויס דעם גאנצן וועג.

שוין, כ'יאג אפ פון שטעטל אבער אויף נינינזשער ראוד האט זיך פארגלוסט פאר אן אלטער אפסטעיט גוי צו פארן מיט זיין אלטן פיקאפ טראק אויף צוויי און צוואנציג מייל א שעה און אין אויסטויש קריג איך היי בימס און פייפערייען פון א שורה טשילערס מיט יוקאנס סובארבאנס און לעלאס וואס יאגן זיך קיין מאנסי.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 245
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 2:09 am

האנדע. האנדע. האנדע.

אז איר וועט אין אכט נעמען, וועט איר זעהן אז א גרויסע חלק פון די שארט סטאפס וואס מען מאכט בשעת דריווען אויף די הייוועי'ס, ספעציעל די לאקאלע הייוועיס וואס מאכט זיך אסאך סטאפ ענד גוא, געשעהנט נישט אלס זיין צו נאנט צו די קומענדיגע קאר, בפרט מיט נארמאלע דרייווערס וואס האלטן אן א סעיף דיסטענס טאקע פאר דעם סיבה, נאר די גורם איז אז די מיטעלסטע רויטע ברעיק לייט וואס איז געווענטליך אינטער אדער העכער די בעק פענסטער איז גאר אויסגעברענט און צינדט זיך נישט אן ביים ברעיקען. זאת ועוד, אסאך מאל איז עס גאר צווי-דריי קאר'ן פאראויס וואס איז גורם די שארט סטאפ דאמינא עפעקט.

איז אזוי. היות רוב עקשאן ביי אן עקספעריענסד דרייווער איז לפי תומו און כמצות אנשים מלומדה, מילא איז די אויג שוין צוגעוואוינט אז ווען ער זעהט א קאר סלויען אדער סטאפ'ן אז די דריווער פון די בעק זאל ברעיקען כמעט אליינס. די אויג איז אבער צוגעוואוינט צו זעהן צוויי רויטע לעמפלעך אויף דער זייט, וואס דאס איז נישט אזוי מערקבאר ווייל בין כך זענען די לעמפלעך רוב מאל סיי ווי אנגעצונדען נאר יעצט ווערען זיי בלויז שטערקער, משא"כ די מיטעלסטע רויט לעמפעל פון פענסטער איז געשטעלט געווארן דייקא פאר דעם סיבה כדי ס'זאל געבן עטוואס א שנעלערען מעסעדזש פאר'ן אינטערשטען דרייווער אז ער זאל זיך אפשטעלן. בקיצור, דעם לעמפעל איז קריטיש וויכטיג צו מונע זיין עקסידענטען און אויך ראטעווען פון אנגע'קאווע'טע הויזן דורך א שארט סטאפ.

הנה, דוק ותשכח אז א גרויסע חלק פון די אויסגעברענטע לעמפלעך זענען אויף אוטומאבילען פראדאצירט פון חברת "האנדע", עקארד און אדעסעס וכו', נייע און אלטע. זעט אויס אז די באדי הארדווער איז נישט רעלייעבעל. כ'וואלט זייער נישט געוואלט זיין פרעדזשעדוסד אויף א זאך וואס הנח להם לישראל על מי מנוחות, אבער מה יעשה הבן שלא יחטא אז די אדס צו פארן אינטער א האנדע מעיק איז א טאג טעגליכע ערשיינונג און גורם אסאך שארט סטאפס אפילו פון א סעיף דיסטענס.

שמע מינה תלת. שמע מינה סענטער רויטע לעמפעל למה הוא בא. שמע מינה אז אויב איר מאכט א שארט סטאפ און זענט מברך בקול א שם בן ד' אותיות האטס אינזין די צירוף פון האנד"ע. ושמע מינה, אז אני הקטן האט שוין מער נישט עפעס וויכטיגער וואס זאל פארנעמען די מח נאך אזוי פיל שעות אויפ'ן ראוד.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2970 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט