פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד

שליחה דורך וואלווי »

על אם הדרך..

פון די ערשטע צייטען פון פארערס און רייטערס, איז טרעועלען אייביג געווען פאר'ן טרעוועלער עפעס אזא מין אינטערסאנטע עקספעריענס וואס איז געווען א מיש פון רואיגקייט און טיפע מחשבה, קלארקייט און פארקלאצקייט צוזאמען, וואס האט אייביג אריינגעלייגט דעם פארער אין עפעס א חויה מיוחדת וואס עפענט די אויגען צו פארשטיין און זען פארשידענארטיגס וואס מ'וואלטט אנדערש נישט אזוי שנעל אבזערווירט. אנגהויבען פון די צייטען פון רבה בר בר חנא אין די ע' בלעטער אין ב"ב, ביז די היינטיגע צייטען פון שלום לעמער אויפ'ן וועג אהיים, איז כמעט אין דרייוו בלא חידוש וואס מ'איז זיך נישט קונה עפעס א גילוי.

נישט סתם אזוי האט די כה"ג אריינגעריקט אינ'ם תפילה קצרה יוה"כ דעם ואל יכנס לפניך תפילת עוברי דרכים, אקעגען די תפילות פון היים זיצערס, זעט אויס אז דעם תפילת עוברי דרכים איז עפעס א טיפערע געבעט. נישט אומזונסט, ער טרעוועלט יעצט.

אלזא, עלעך מיט טיילן מיט'ן ציבור עטליכע פון די אבזערוואציעס און השגות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט במשך די יארן, ואחרון חביב אראפשרייבן א לעצטיגער אנדערקענונג.

די equation פון די שטייטע דרייווערס דא אין די נארט איסט וואס פאר'ן פונקט אין פראנט פון מיר וועט אייביג זיין בערך אזוי:

א קאר מיט א bumper belly = פארט שטייט + רעכטע לעין
א קאר מיט א נישט ניו יארקע לייסענס פלעיט = פארט שטייט + לינקע לעין
א subaru forester = קריכט + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס = געפארקט + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס + בערני סענדערס באמפער סטיקער = רעווערס + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס + בערני סענדערס באמפער סטיקער + אלטע דרייווער = רעווערס + לינקע לעין + לינקע בלינקער אנגעצינדען

דוק ותשכח...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר