חנוכה געדאנקען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

חנוכה געדאנקען

שליחה דורך ווייל אזוי »

איך בין נארוואס אהיימגעקומען פון א חנוכה פארטי, און איך בליק אזוי אין שטיבל און איך זיך וואס צו ליינען איך קוק אקטיווע אשכולות, נישט געליינטע אשכולות, נישט געשריבנע אשכולות, נישט געשטויגנע אשכולות, יא געפלויגנע אשכולות, הקיצור איך טרעף נישט עפעס וואס זאל יעצט אריינפאסן אינעם מצב, איז געבליבן אז איך העל שרייבן אביסל איבער די חנוכה פארטי אז אנדערע זאלן אויך מיטפילן.

איז אזוי די מסיבה איז געווען גערופן אויף 7 אזייגער פונקטליך ביי א פעטער'ס הויז, ווייל ער האט א גרויסע הויז אריינצונעמען אלע אייניקלעך.

און פאר איך פארגעס, יא מיין זיידע און נישט פארגעסן די באבע זיי האבן גערופן די פארטי, אויך מיר גערופן, עפעס א האלבע פאון קאל פון מיין מאמע אפאר טעג צוריק אז באבי'ס חנוכה פארטי איז גערופן אויף דינסטאג.

אכט אזייגער קום איך אן, איך בין געווען זיכער צו טרעפן א געפאקטע, איבערגעדרייטע, צוווארפענע, וויינידיגע הויז אבער ניין קוים א מנין איז שוין געווען, די דריידל טעלערס מיט די מנורה טישטיך זענען נאך געלעגן און בארירט, די קוגל אויף די האט פאוד טעיבל איז נאך געווען קאלט, די דאונאטס פארדעקט מיט די ברוינע קאווער, אלע סאודע באטלעך נאך מיט די קאווער, און יא.

איך זעץ מיך צו און מיין זיידע זאגט "ווייל אזוי" מאך א מזונות אויף די פרישע דאונאטס וואס באבי האט ממש יעצט אויפגעפיקט, איך האב מיך נישט געלאזט לאנג בעטן ווייל הונגעריג בין איך געווען ווייל סאפער האב איך נישט געהאט ווייל מ'גייט עסן סאפער ביי די פארטי.

איך מאך אזוי אויף די אויבערשטע באקס טרעף איך נאר דשעלי דאונאטס מסתמא ווייל דרעזנער האלט אז דאס איז די נומבער וואן סעלער, עפן איך די צווייטע באקס דא זעה איך שוין אויך קאסטעט דאונאטס איך נעם ארויס א שווארצע קאסדעט דאונאט, איידער איך הייס אריין באטראכט איך די ארום אין ארום, די טשאקאלאד קוקט ליבערשט אויס ווי פארטריקנטע באקסער, די קאסטעט איז אויך עפעס מאדנע ערגעץ צווישן מאסדעט און מאינעיס, און די עצם דאונאט האלב רוי.

אינמיטן מיינע מחשבות הער איך מיין זיידע שרייען נא מאך שוין א ברכה, האב איך געמאכט א ברכה און אריינגעביסן, נאך פאר איך האב געקענט קומען צו מיר רופט זיך מיין זיידע אן אה די דאונאט איז פריש, ווייעך און גוט.

זאג איך נא זיידי דארף אויך איין? זאגט ער ניין ס'נישט געמאכט פאר מיר חוץ פון דעם וואס איך בין אויף דייעט, (איך טראכט צו מיר פארוואס האב איך נישט געזאגט אז איך בין אויף דייעט).

נאכ'ן צוריקקומען פון אויסשווענקן די מויל האב איך גענומען אביסל האַט פאוד (לייען: קאלד פאוד) ס'האט אויך געהאט יענע טעם.

ביז וואס ווען ווי איז דער אנגעקומען און יענער מ'האט געשמועסט פארברענגט און געכאפט אפאר צוגערעטליך געגעסן פאפקארן און געטרינקן בלעק טשערינער סאודע.

די הויכפונקט איז פארשטייט זיך געווען ווי מ'האט געשפילט דריידל צוזאמען, יעדער האט באקומען פינף און צוואנציג פעניס און מ'האט געדארפט נ'עמען ש'טעלטן....

פאר איך ענדיג מיין קורצע באריכט, מוז איך צולייגן א ש'כח פאר מיין זיידע פאר די חנוכה געלט, ער האט געגעבן פאר יעדעם א גאנצע צענער, בחורים נאר 5 און קינדער נאר 1 דאלער.

מיין טיילן צדקה געלט פאר די קינדער איז אויך אויסגעקומען בערך צען דאלער.

ועינינו תראנה מלכותיך........

לחיים
לחיים
לחיים
רעאגיר