חיים שאולזאן'ס בענקל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

חיים שאולזאן'ס בענקל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

די וועלט גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלקייט, יעדער זאך ווערט סאפיסטיקעיטיד, אלץ איז היינט אין א שנעלערע אדער לייכטערע ווערזען.
נו, חיים שאולזאן איז אויך א מענטש צום טיש, ער האט געטוישט פון סתם לייגן נייעס און לינקס אויפ זיין וועבסייט, צו מאכן סעלפי ווידיא,
איך, ווי אסאך אנדערע אידן, פאלן אריין ביי חיים אין סייט, נישט ווייל איך קויפ זיינע תורות, נאר אמאל לינקט hasidic1 אהין און אמאל ווען די בויך וויי איז עד אין לשער און מ'איז פארכאפט אין ביה"כ פאר א לענגערע צייט,

לעצטע וואך נישט מער געדאכט ליל שישי באקום אין א לינק אהין, און כ'זעה טאקע די נייע ווידעאו, איך קוועטש אהין און....... דא האב איך געזעהן א מראה כ'האב אין מיין לעבן נישט געזעהן.

רבותי, זייט ס'האט זיך געבענקלט א בענקל, האט זיך נאכנישט געבענקלט א בענקל ווי עס בענקלט זיך ביי ר' חיים!

פארוואס רוף איך עס בענקל למען השם? א בענקל איז א קיטשען בענקל, אדער א חתונה בענקל. דאס איז ענדערש ווי א פריוואטע שיף, יא, עפעס א אייגענע דירה פאר זיך.

כ'האב געהערט פון א מקור נאמן, דער בענקל האט גענומען 14 חדשים צו מאכן און געקאסט א ערך פון 62 אלפים.

די לעדער איז פון א אינגע ביבער, דאס ביבער איז אויפגעהאדערט געווארן אין א אייגן אינזל מיט א שטאב מענטשן צו שטעלן אלץ וואס שייך.. דאס ביבער האט מען געגעבן צו עסן געזונטע גראז וואס וואקסט אין א גריינערי, greenery, דער ביבער האט קיינמאל נישט געארבייט און געווען פעט און געזונט.
מ'האט געסטיטשט די בענקל מיט האנט ארבייט מיט פאדעם פון שיריים פון די קליידער פון צאר ניקאליי,

ויהי היום מ'האט גענומען די הערליכע ביבער און געשחט'ן לכבודו פון ר' חיים.

אינעם לעדער פעקטערי, האבן נאר די ארבייטער מיט העכער צען יאר עקספיריענס געקענט צו לייגן א האנט פאר אט דעם בענקל, יעדע נאכט איז דאס לעדער אריין אין א ספעציעלע ציממער מיט עירקאנדישען צו קענען לייכט ארבייטען מארגן ווייטער,

כ'וויל נישט דא מאריך זיין. דער עולם יאגט זיך, אבער די האלץ פון בענקל איז גארנישט אונטערשטעלונג, אויך פון די טייערסטע האלץ פארהאן.

ווען די בענקל אין געווארן געענדיגט, איז חיים אראפגעפאהרן צו די פעקטערי אין ווייטן איטאליע און געלאזט פאלן זיינע הערות,

ווען די בענקל איז געווען געענדיגט און גרייט צו ליפערן קיין אמעריקא, האט מען באשטעלט א טייערע קאמפעני וואס איז באקאנט און האט עקספיריעס מיט ליפערן טייערע גרויסע חפצים, די בענקל איז געווארן ארום גענומען מיט סחורה, און אויפ דעם א טייערע foam.
אזוי ווי די בענקל איז אנגעקומען קיין אמעריקא האט מען באשטעלט ספעציעלע טראקס וואס טראגן oversize loads צו קומען נעמען די בענקל.
דאס בענקל איז נישט אריין פונען טיר פון חיים'ס הויז, נאר די גאנצע פראנט פענצטער האבן בעלי מלאכה אראפגענומען כדי אריין צו לאזן די כלי.

כ'קוק אויפ ר' חיים'ס קליפס מיט א געפיל פון קנאה געמישט מיט שנאה.

שטעלט אייך פאהר ארויסקומען פון shower, זיך מאכן די פיאות און בארד, און מיט'ן bathrobe אין קאווע אריינפאלן אין דער בענקל.....
די בענקל נעמט ארום דיין body מיט א מין ליבשאפט וואס מ'קען נישט באשרייבן אויפ פאפיער.
איך למשל בין scheduled אין חודש אדר צו פאהרן קיין פלארידע פאר 5 טעג, כ'וואלט געבייט מיין 5 טעג וואקאציע צו קענען זיצן אויפ דעם בענקל פאר א האלבע שעה מיט א גרויסע קאווע און ציגרעטעל, און כ'וואלט דאס גערעכט אלץ בעסטע אינוועסטמענט עווער.

אין מין, ווי אזוי שטייט מען אויפ פון דער בענקל צו גיין דאוונען מנחה? (אפשר וועגען דעם זעהט מען קיינמאל נישט חיים אין ביהמ"ד)
איר קענט זיך פארשטעלן די צער חיים האט ווען ער דארף זיך זעצן אויפ א ביה"כ ברעטל אדער א פליגער זיץ? אפי' ערשטע קלאס.
כ'וויל נישט רעדן מיאוס אבער זיין מחילה איז זיכער זייער סענסעטיוו היינט צו טאגס, אין א געוויסע בחינה איז זיין מחילה געמאכט פון גלאז.

ווען משיח גייט קומען גייט מען זיכער בארגן די בענקל פאר די סעודת לוויתן. דער בענקל שלינגט אראפ סקווירא רבי'ס בענקל אינמיטן די נאכט.

יעצט ווי אזוי איז שייך צו דערהערן די שיט וואס חיים רעדט? וועם גייט אן סאטמר בני ברק ווען יעדער איז פארגאפט אינעם בענקל?
אפגערעדט קיינער האט נישט באמערקט אז פונעם וואנט זעהט אויס ווי ער זיצט אין א לייטער סוכה.
אדער האט איינער בכלל געזעהן די עפל לעפטאפ זיך אפשפילגען אין זיינע ברילן? אדער די טעג וואס זיין העמד קנעפעל פונעם ארבל איז אפען איז ווען ער גייט די העמעד די צווייטע טאג?
ניין יעדער איז ביזי מיטן בענקל!!!!!

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר