ביקש גדליה לעקור את הפסח

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

ביקש גדליה לעקור את הפסח

שליחה דורך גדליה »

יעדע יאנטעף האט פארשידענע שיינע חלקים, פארשידענע נישט אזעלכע שיינע חלקים, אבער איבער אלעם איז עס א שיינע עקספיריענס. שבועות איז מען אויף א גאנצע נאכט, אבער מ'פארברענגט שיין מיט חברים, מ'לערנט א שטיקל גמרא. און צופרי באקומט מען באצאלט טשיז קעיק. ראש השנה דאוונט מען, טאקע באורינג אבער מ'קען זיך מיטברענגען א ספר און באהאלטן אונטער'ן טלית. נאכדעם אהיימגיין עסן א געשמאקע סעודה, אכלו משמנים ושתו ממתקים, און מ'שפירט נאך גוט מ'האט אויסגעבעטן א גוט יאר, כי חדוות ה' היא מעוזכם. קומט א סוכות קען מען טאקע פרירן פאר קעלט אמאל, אבער ס'איז שיין, מ'לאזט זיך וואוילגיין. מ'טרונקט א געשמאקע קאבערנעי, מ'צעזינגט זיך צמאה לך נפשי, מ'קאנעקט אביסל מיט נעיטשור, און ביינאכט קען מען מאכן א לעבן ווייל אזוי מוז מען נישט שלאפן אין סוכה. אזוי ווייטער און ווייטער, יעדן יום טוב כסדרו.
קומט אבער פסח, איז דאס א שרעקליכע דורכפאל. קודם האט מען געמאכט דעם ביטערן טעות, מ'האט געמאכט א שותפות מיט די פרויען. די מענער האבן באקומען דעם פסח די פרויען האבן געקריגן דעם ערב פסח. דאס איז שוין געווען א שרעקליכע טעות, ווייל יעדער וואלט געדארפט פארשטיין אז פסח קען נאר זיין אכט טעג, אבער ערב פסח קען דאך בעצם זיין א גאנץ יאר. אזוי האבן זיי צוביסלעך אנגעהויבן אויסציען דעם ערב פסח, מ'הייבט אלס אן פסח'דיג מאכן פריער און פריער. ביז אין שנת תשצ"ח וועט שוין טאקע זיך אנהייבן ערב פסח פון ראש חודש אייר, און מ'וועט נישט טארן טרעטן מיט שיך אנגעהויבן פון שבועות.
עוד וואלט מען דאך געדארפט ארויסלערנען א קל וחומר, מה דאך שמאטעס קאנען זיי נישט זען וואס איז רויט און וואס איז געל, איז דאך א קל וחומר אז דעם חילוק צווישן חמץ און שטויב איז בכלל נישט עקזיסטירנד. איך האב טאקע אפגעמאכט מיט מיין ווייב אז פון היינט און ווייטער גייט מען אויפהענגען אויף די פסח'דיגע שטיבער: "שוין אויסגערייניגט אויף ספרינג, ביטע נישט אריינברענגען קיין שמוץ". וועמען פאפן זיי דא? דעם באשעפער מיינען זיי נאך. און אז די מענער ווילן נישט מיטטאנצן מיט די או סי די און ווערן דער קאדעפענדענט שותף האט מען נאך טענות.
שוין, דאס איז אלעס ערב פסח. קומט פסח און דא הייבט זיך ערשט אן די גוטע צייטן. די וויץ פון לא תבשל גדי בחלב אמו קען זיך פארשטעקן קעגן וואס האט זיך אפגעשפילט ביי כל מחמצת לא תאכלו, מ'דארף בעטן די היהודים באים חברה דאס אויסצושפילן.
אידן: וואס מיינט מחמצת?
משה: זויערטייג. עפעס וואס מאכט טייג זאל יערן.
- באנדלעך?
- באנדלעך יערט נישט.
- גוט, זאל זיין באנדלעך נישט. וואס נאך? רייז?
- וואס איז דער פראבלעם? רייז יערט נישט. א מפור'שע גמרא ס'איז סתם זיעה.
- אך, רייז אויך נישט. אוודאי רייז קעיק רעכנט דאס אויך אריין, ווארום קעיק איז דאך סתם אזוי אסור, ווער רעדט נאך מיט רייז. וואס איז מיט טאמאטען?
- טאמאטעס איז א גרינצייג, א ירק. דאס איז א נאטורליכע זאך (גראדע א פרוכט, האסט געוואוסט?). מ'דארף עס אפילו נישט שיילן!
- אך! טאמאטעס אויך נישט!
- קאווע? מילך? יאגורטן?
- נו, אוודאי מעג מען. דאס זענען דאך לעבנסוויכטיגע פראדוקטן.
- אך! כ'קען נישט דורכמאכן איין טאג אן קאווע! ווער רעדט נאך אכט לאנגע טעג. אוי, באשעפער. שוין זאל זיין אזוי. אבער כשר לפסח קוקיס מעג מען יא?
- איין רגע, ווילסט וויסן אויב כשר לפסח קוקיס איז כשר אויף פסח, און קלערסט נישט אז דו האסט א רגע צוריק געענטפערט די שאלה.
- געוואלד! מען לאזט אונז גארנישט איבער - וואס איז מיט אומגעיוירענע ברויט?
- פון דעם שמועסן מיר דאך. ברויט וואס איז נישט געשטאנען ליידיג אכצן מינוט מעג מען עסן. נישט ווי יעדע וואך ווען מ'ווארט ביז די חלה שפרינגט ארויס פון די בעקעלעך פאר'ן אריינלייגן אין אויוון.
- אוי געוואלד, זאגסט אז מ'וועט דארפן מאלן אליין די ווייץ און נישט מעגן ארויסלאזן די טייג פון האנט און מ'וועט מוזן שרייען אויף יעדן און צושמעטערן די נעבעכדיגע טייג מיט אייזערנע רעדלעך ס'זאל חלילה נישט זיין ווייכער ווי א שטיין.
- כ'האב נישט דאס געזאגט, אבער קענסט טון וואס דו ווילסט.
- האלא, משה! וואס טו מיר? וואס גייט מען עסן פסח????
דא ווערט משה בייז.
- גיי פרעג דיין טאטן וואס צו עסן! נעמט ער זיך שרייען מיט באנומענע קולות.
- געוואלד! פסח מעג מען נאר עסן וואס דער טאטע האט געגעסן! רבותי! עטס הערטס?! אונזערע טאטעס האבן דאך אלע געגעסן טריפות אין מצרים! מיר טארן גארנישט עסן!
עניוועי, דער ביטערער דורכפאל פון די מאכלי פסח איז שוין ברייט באקאנט און מ'דארף דאס נישט דורכשמועסן. אבער ווען דאס שטעלט זיך אפ ביי דעם, מילא. אבער פסח האט משום איזה סיבה געפינען א געשמאק מקום פאר אלע נערוון ליידנדע. ממש ס'איז זייער גן עדן דער יום טוב. פלוצים ווערט זייער או סי די פון א גאנץ יאר א ברייטער יום זה מכובד. כ'ווייס נישט פונקטליך וואספארא טיטל צו שענקען פאר דעם ערפינדער פון דעם "שיילן מעסער" אבער ער איז זיכער געווען א נערוון קראנקער סאדיסט. און פאר גאט'ס סעיק, די ריזיגע ניסלעך שאלאכץ. הפנים אז ס'איז געווען נתקטנו הביצים איז געווארן נתגדלו האגוזים. סתם ניס איז נישט כשר. מ'טינקט עס דאך אין סעווען לעיער קעיק, ווי אלע משגיחים זענען שוין מעיד. אז ס'איז ארומגענומען מיט א מויער פון אן אינטש דיקיגע שאלעכץ וואס מ'שיילט אפ מיט'ן ספעציעלן פסח'דיגן ניס קראכער אויפ'ן פסח'דיגן פינף לעיערדיגן טישטוך על גבי דעם פסח'דיגן טיש קען מען אפשר קלערן אז מ'איז געראטעוועט געווארן פון א משהו.
רבותי! גענוג געווען! איך געב אריין א פעטיציע צו גאט ער זאל קענסלען דעם פסח. ס'שטייט דאך שוין קלאר אז אלע מועדים גייען בטל ווערן ווען משיח קומט. וועט קיינעם נישט שאטן אז פסח וועט אביסל פריער בטל ווערן. בכלל, אכתי עבדי פרעה אנן, נישטא קיין זכר פון חירות דא, זייטס מיר אלע מוחל. איך בין מוותר אויף אלע פשט'לעך ווי אזוי דער חירות שיילט זיך דווקא ארויס אין דעם שאלעכץ מעסער, טאקע אין די געשרייען און נערוועזיקייטן פון פסח, אטא דא איז די חירות.
האלא, איך בין עס מוחל. כ'דארף נישט דעם חירות. אראפ מיט'ן פסח. איך שטעל אויס א נוסח וואס מיר גייען זאגן בעז"ה ערב פסח ביים פארברענען דעם חמץ.
רבונו של עולם, דו ווייסט איך בין אויף דיין זייט, כ'האב דיך ליב. דו האסט אונז געגעבן א הערליכע יום טוב פסח. מיר האבן געמאכט דערפון א תל. האסט אונז געהייסן עסן געשמאקע ווייכע ברויטלעך מיט געבראטענע סטעיק און זויערע פיקל אין די זייט. מיר האבן געמאכט א ביטערן זעקס שעה'דיגן סדר אנגעפילט מיט זאלץ וואסער און חרוסת. דער עולם רעדט זיך איין אז זי טוען נאך דיין רצון. גענוג געווען. לאז זיי נישט פארשוועכן דיין הייליגן נאמען. מיר גייען עוקר זיין דעם גאנצן יום טוב, הכל בכל מכל. נישטא קיין פסח מער. די וועלט איז נישט ראוי פאר אזא הייליגן יום טוב. נעם עס צוריק מיט דיר אויבן אין הימל. כ'ווייס דו האסט געמיינט גוט, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. א גרויסן יישר כח.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר