צייטונגען שטעלן אפ חיצים ובליסטראות אין קאמף קעגן סאטמאר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

צייטונגען שטעלן אפ חיצים ובליסטראות אין קאמף קעגן סאטמאר

שליחה דורך גדליה »

בשעת די פאראייניגטע כוחות פון אמעריקע, ענגלאנד און פראנקרייך האבן געווארפן באמבעס אין סיריע, איז געקומען די פריידיגע נייעס אז מען האט אנגעהויבן איינשטעלן א שלום אין א שטורמישן קאמף וואס ציט זיך שוין נאנט צו זיבעציג יאר.
די רעדע איז איבער די צוויי מאכטפולע זייטן: די צייטונגען און סאטמאר. מער ספעציפיש, די ציוניסטישע צייטונגען און דער סאטמארער רבי. ווי באקאנט פאר יעדן וואס האט נאר אמאל געטון אין היסטאריע איז דאס פון די מערסט פארוויקלסטע קאמפן אין היסטאריע, עד כי כך אז מ'זאגט אז ווען ניקסאן האט געוואלט שלום מאכן צווישן די צייטונגען און סאטמארער רבי'ן האט קיסינזשער אים געזאגט: "דו וועסט שנעלער שלום מאכן אין מיטל מזרח ווי דא." אויף דעם האט זיך דער רבי געזאלט האבן אויסגעדריקט אז ניקסאן איז א טיפש וויבאלד ס'האט זיך אים געדאכט אז ס'וועט אים געלונגען, און דעריבער איז ניקסאן געווארן אן ארכי שונא פון רבי'ן און האט דירעקט ארויסגעהאלפן די מדינה בשעת'ן יום כיפור מלחמה למורת רוחו פון רבי'ן זי"ע.
בכל אופן, איז דאך באקאנט ווי פון דעם טאג וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט אראפגעטראטן אויף אדמת אמעריקע האבן די צייטונגען אנגעהויבן ווארפן חיצים ובליסטראות קעגן רבי'ן. ממש זיי האבן געשאסן די חיצים ובליסטראות טאג טעגליך, אז ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אויפגעהאלטן אזא ריזיגע ארסענאל פון חיצים ובליסטראות. בכלל ווי האבן זיי אפירגעקראצט די זעלטענע בליסטראות וואס איז שוין היינט נישטא צו באקומען. אבער קעגן רבי'ן האט מען דאס שוין אפירגעקראצט, מסתמא צוזאמען מיט די וועגענער וואס מ'האט אויסגעגראבן פון די שש מאות רכב פרעה.
די חיצים ובליסטראות איז געגאנגען טאג טעגליך, וואס ווי באקאנט האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אז א טאג וואס די צייטונגען שרייבן נישט קעגן אים איז ער מפשפש במעשיו. ס'איז געגאנגען אזוי: איין טאג חיצים, איין טאג בליסטראות. איין טאג חיצים, איין טאג בליסטראות. וחוזר חלילה. טאמער האט דער רבי פארשטארקט זיין העלדישע מלחמה, ווי למשל ביי די פארכטיגע נשא תורה וואס די גאנצע וועלט האט געציטערט דערפון און דאס קול פון רבי'ן האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו, איז געקומען סיי חיצים און סיי בליסטראות ביינאזאם.
רוב מענטשן האבן זיך שוין מייאש געווען אז דא גייט עפעס נאך זיין אפילו א חלום פון שלום. ווי שאקירט איז מען געווארן ווען די וואך האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צייטונגען האבן אין א זעלטענעם שריט אפגעשטעלט די חיצים ובליסטראות און באשלאסן אז אדרבה, זיי וועלן גאר ארייננעמען די חיצים ובליסטראות אנשטאט דעם רבי'ן. דאס האט געפירט צו דעם אז דער בארימטער בארדיטשובער בדורינו, דער מליצן של ישראל, ראביי יצחק פראנקפורטער ירום הודו, האט באזוכט בביתו נאוה קודש פון דער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, דער סאטמארער רבי שליט"א. אזוי האט דער עמוד הענן געמאכט א יד אחת מיט'ן עמוד האש און באשלאסן אז מ'גייט אויפהערן זיך ווארפן חיצים ובליסטראות איינער אויפ'ן צווייטן.
דער רבי שליט"א אין דעם אינטערוויו לאזט הערן דעתו דעת תורה בפני כל העם ועדה, בשפת המדינה, אז די חרדי'שע מוסדות געבן נישט קיין עדיוקעישאן, אפילו לויט די מינימאלע פארלאנגען פון די רעגירונג. אנשטאט דעם לייגט מען אויף דעם יונגן בחור אדער יונגערמאן דעם עול הפרנסה און אזוי לערנט ער זיך אליין אויס ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דער וועלט.
נישט אלע האבן אויפגענומען די נייעס מיט פרייד. דער בארימטער אומאפהענגיקער ארגאן פון אמעריקאנעם ארטאדאקסישן אידנטום האט אויסגעדריקט אומצופרידנהייט אז דער רבי איז משמיע קולו איבער זאכן וואס הצניעות יפה להם. אבער רוב מענטשן וואס זוכן שלום האבן זיך שטארק געפרייט דערצו.
כלל ישראל קוקט ארויס אויף ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אין די פרשה. לויט אן אומבאגרינדעטע שמועה קלערט משה גבאי צו ערלעדיגן אז קומענדיגע וואך זאל מען אויף די בלעטער פון משפחה מאגאזין ווארפן די חיצים ובליסטראות אויף ר' זלמן לייב'ן, און דערמיט ווייזן אז ער איז דער אמת'ער אויטענטישער רבי וועלכער הייבט אריין די גיפטיגע חיצים ובליסטראות.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר