וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:53 pm

די גאנצע וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף די צוזאמפאל פון מדינת ישראל וואס וועט פארקומען אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
ווי באקאנט האבן אלע גדולי ישראל פאראויסגעזען מיט זייערע ריינע הייליגע אויגן אז די מדינה פון די כופרים ורשעים וועט נישט אנהאלטן. דאס איז בעיקר באקאנט אין נאמען פון גרויסן חזון איש זצ"ל און מרן הגה"ק לוחם מלחמת ה' מסאטמאר זי"ע, וואס גדולי תלמידיו האבן געגעבן א צייט אפשניט פון זיבעציג יאר ביז די מדינה ווערט בטל כעפרא דארעא, דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום אידיש נפש.
רבותי! מיר האלטן יעצט אין די לעצטע היסטארישע מינוטן פון די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.
א היציגע מיינונגס פארשידנהייט גייט אן צווישן די עלטערע אידן וואס האבן נאך געדענקט דעם רבי'ן אין די געזונטע יארן אויב די מעמד ביטול המדינה וועט פארקומען דעם דאנערשטאג, ה' אייר מוקדם, אדער גאר אום פרייטאג, בעצם היום הזה.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט אויפגעשטעלט ווערן.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט האבן קיין קיום.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל שטייט טאקע צייטווייליג, אבער מוז עווענטועל בטל ווערן.
יעצט איז די צייט!
און חלילה וחלילה וחלילה, הס מלהזכיר, אויב די מדינה וועט נישט פיזיש צוזאמפאלן און זיך צאמלייגן ווי די טווין טורעמעס, וועלן מיר זיך אלע צוזאמנעמען אויף לי קארנער ראדני און מבטל זיין די מדינה!
דער ביד"ץ פון ווילאמסבורג האט מתקן געווען א ספעציעלע ברכה וואס מיר גייען זאגן אויף די היסטארישע מעמד ווען מיר וועלן ענדליך זען פארפולקאמט די הייליגע רוח הקודש פון אונזערע רביים וואס האבן אלעס פאראויסגעזען מיט זייערע ליכטיגע אויגן.
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וציונו על ביטול המדינה והמציאות

און אלע פינף און צוואנציג אידן וואס האבן נישט כורע געווען צום בעל וועלן זיך בוקן צום הייליגן אומאפפרעגבארן ויואל משה און אויסשרייען מיט אלע כוחות:
אמן!!!!!!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:56 pm

דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:57 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?

מ'הערט טאקע אז די חזון איש'ניקעס גלייבן שוין נישט צוואנציג יאר אין די מדינה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:00 am

מה הקשר גלייבן?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:03 am

איני מכיר איז פשט אז ס'איז דא אבער איך בין עס נישט מכיר.
איני מאמין איז פשט אז כ'גלייב נישט ס'איז בכלל דא אזא זאך.
איני מאמין! איני מאמין! איני מאמין!
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלא
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:13 am

די חזוון איש'ניקעס זענען מכיר אין מדינת ישראל אזויווי דו ביזט מכיר אין אמעריקע. ביידע האבן די זעלבע דין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:20 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
און ווען פופציג יאר איז אריבער, האט זיך עס געטוישט אויף זיבעציג. יעצט וועט מען מעגליך טרעפען א נייע נומער, אלס כפי דער נויט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:22 am

די פראגע דא איז בלויז, אויב די מדינה הטמאה וועט טאקע ווירקליך אונטער גיין, וועט איר דען יא גלייבן אין וואס צדיקים האבן געזאגט? צו איר וועט טרעפן אן אנדערע אורזאך פארוואס אפצולאכן פון צדיקי אמת?

צום ענין: רבינו הקדוש זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין דאטום ווען די מדינה גייט ווירקליך אונטערגיין. דאקעגן פרעזידענט טרומאן האט יא געגעבן, ער האט געהאלטן אז אז די מדינה וועלכע איז ארום גענומען מיט פינסטערע אידן-האסער פון אלע דריי זייטן וועט נישט דויערהאפטן קיין גאנצע יאר!

וואס רבינו הק' זי''ע האט יא געזאגט איז: אז בעפאר משיח וועט קומען ווען נישט בלייבן קיין איין גאנצע געביידע אין דעם הייליגן תל אביב.

ווי אויך האט רבינו הק' געזאגט נאך בעפאר די מדינה איז ווירקליך צושטאנד געקומען. אז ער פארכט זיך זייער פון צוויי זאכן: איינס אז די קאמוניסטן וועלן פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד און די ארומיגע לענדער. צווייטענס אז ס'וועט געלונגן פאר די ציונים אויפצושטעלן א מדינה אין ארץ ישראל. א זאך וואס האט אין יארן פון די ערשטער וועלטס קריג אויסגעקוקט גאר ווייט פון די ווירקליכע מציאות.

איבריג צוזאגן א ביידע זענען ליידער מקיים געווארן. און ווער האט דערלייגט? בלויז דער הייליגער באשעפער. א דאנק די דאזיגע צוויי געשענענישען האבן שווערע מיליאנען אידן גענצליך אויפגעהערט צו זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל השם אלקינו השם אחד!

און ווער פרייד זיך דערמיט? די חילונים! די קאמוניסטן! (אויב ס'עקזעסטירט נאך אזא באוועגונג) די קאווע שטיבל שרייבער! און די OTD כופרים!

יחי מדינת ישראל! לעבען זאל חבר סטאלין! נידער מיטן בורא עולם!

סאיז בלויז א וואונדער פארוואס מ'זאג מער הלל בלויז ה' אייר, פארוואס זאל מען דען נישט אויך זאגן הלל אין די טאג וואס ס'איז געלונגן פון די רויטער קומוניסטן צו הרג'נען ניקאליי און פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:48 am

א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:49 am

:lol: :lol: :lol: :lol:

יויש קאך לעפל איך קען נישט סטאפן צו לאכן... איינער האט א טישו
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:12 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ערעב ליטוואק זייט נישט ברויגז. אויסער דעם וואס איר זענט צום באדויערן נישט צו שטארק קליג, זענט איר אויך אן היפשער אפיקורס.

ובזה יצאתי מצוות מחאה. און האטס מיר א ג.. טאג...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:13 am

גדליה האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:

יויש קאך לעפל איך קען נישט סטאפן צו לאכן... איינער האט א טישו


כ'ווייס....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:18 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ערעב ליטוואק זייט נישט ברויגז. אויסער דעם וואס איר זענט צום באדויערן נישט צו שטארק קליג, זענט איר אויך אן היפשער אפיקורס.

ובזה יצאתי מצוות מחאה. און האטס מיר א ג.. טאג...
איך בין נישט ברוגז, ייש"כ פאר׳ן זיך זארגען פאר מיר. ובזה יצאתי ידי חובת ..........

בד"וו, דאס ברכה ׳האט׳ס א גוטען טאג׳ פאסט זייער פאר די מדינה, ווייל מער ווי א טאג האט זיך דאך נישט......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך cictim » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:15 am

אלע סיפורי צדיקים וואס חסידים הבן זיך מיט דעם מחזק געווען אין אמונה - איז שקר, אבער די באבא מעשה פון די מדינה - איז אמונה - און ווער ס' גלייבט נישט איז א אפיקורס - "עולם הפוך ראיתי".
cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:28 am

הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״. (פארקערט גאר, די ״פרייע״ זענען נישט אזוי אנציקט פון די מדינה געווענטליך) קענסט שרייען וואס דו ווילסט, קאמיוניסטן, אט״ד, כופרים, פושעים, רוצחים. קענסט סטראשענען די גענז, אז איבערמארגן גייט זיך גאנץ תל אביב איבערדרייען און אט אט גייט שוין יעדער איינער איינזעהן אז די רביזיכרונולברכה גייט קומען צוגיין פון זיין קבר און אומווארפן די מדינה. סוועט דיר גאנץ ווייניג העלפן. טראמפ איז פרעזידענט דערווייל און די מדינה שטייט מיט די קאמיוניסטן אינאיינעם.

נ.ב. יעדע מאל די סאטמארע שעלטן שרייען זיי קאמיוניסטן!? אפילו קאמיוניסטן קומען נישט אריין אין די שמועס בכלל. איינער ווייסט פארוואס?
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:46 am

שבת אחים האט געשריבן:הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״. (פארקערט גאר, די ״פרייע״ זענען נישט אזוי אנציקט פון די מדינה געווענטליך) קענסט שרייען וואס דו ווילסט, קאמיוניסטן, אט״ד, כופרים, פושעים, רוצחים. קענסט סטראשענען די גענז, אז איבערמארגן גייט זיך גאנץ תל אביב איבערדרייען און אט אט גייט שוין יעדער איינער איינזעהן אז די רביזיכרונולברכה גייט קומען צוגיין פון זיין קבר און אומווארפן די מדינה. סוועט דיר גאנץ ווייניג העלפן. טראמפ איז פרעזידענט דערווייל און די מדינה שטייט מיט די קאמיוניסטן אינאיינעם.

נ.ב. יעדע מאל די סאטמארע שעלטן שרייען זיי קאמיוניסטן!? אפילו קאמיוניסטן קומען נישט אריין אין די שמועס בכלל. איינער ווייסט פארוואס?


גערעכט! גערעכט! הייליג גערעכט! ס'איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן. שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן....

אז מ'רעדט שוין יא. איז דאס אמת אז רבי מאטל ז''ל פרעגט זיך צו פארטוישן די ציין פאר די אויגן פון די איבעראשטע צושויער ביי די הייליגע טישן? אדער דאס איז בלויז א ראדני מקוה לעגענדע?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:04 pm

יא יא, ר׳ מאטעלע ״דער סאטמארער״ און ״אנטי ציוני״ פלעגט ארויסנעמען די פאלשע ציין. מהאט שוין גערעדט פונדעם. איז דאס די איינציגסטע טשעפע וואס דו האסט?

יעצט גיי צוריק אין די אנדערע בור אפשר דארט וועסטו קלוגער ווערן. דערווייל רעדסטו ארויס פון א אל״ף בינ״ה.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:08 pm

שבת אחים האט געשריבן:הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״.


איך ציטיר דא וואס איך האב באקומען אויף אידישע נייעס:
אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:21 pm

גוטמאן אינסטיטוט קען זאגן וואס זיי ווילן איבער יום העצמאות. רוב פרומע-אידן אויפן כדר הארץ זענען די גרעסטע שטיצער פון די מדינה און די רעיון הציוני, די לעצטע הונדרעט יאר. דוקא די פרומע. סאיז א פאקט! זאלסט מיר מוחל זיין אז גוטמאן האט געפרעגט דריי ירושלימע דזשאבעס, בעסער געזאגט: אפילו דריי הונדרעטער, אדער דריי טויזנט, פרעגט עס נאכאלץ נישט אפ.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:29 pm

שבת אחים האט געשריבן:גוטמאן אינסטיטוט קען זאגן וואס זיי ווילן איבער יום העצמאות. רוב פרומע-אידן אויפן כדר הארץ זענען די גרעסטע שטיצער פון די מדינה און די רעיון הציוני, די לעצטע הונדרעט יאר. דוקא די פרומע. סאיז א פאקט! זאלסט מיר מוחל זיין אז גוטמאן האט געפרעגט דריי ירושלימע דזשאבעס, בעסער געזאגט: אפילו דריי הונדרעטער, אדער דריי טויזנט, פרעגט עס נאכאלץ נישט אפ.
א שאד די צייט זיך צו טענה'ן אויף א מציאות וואס נישט איך און נישט די קענען אויף ווייזן

געשיקט געווארן פון מיין סעמסאנג, זיך באנוצנדיג מיט טעפ-א-טאק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:25 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
און ווען פופציג יאר איז אריבער, האט זיך עס געטוישט אויף זיבעציג. יעצט וועט מען מעגליך טרעפען א נייע נומער, אלס כפי דער נויט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ניין, ס'האט זיך נישט געטוישט אויף זיבעציג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:29 pm

פופציג האט דער חזו''א געזאגט ביי איינע פון די שפעטערדיגע מלחמות. נישט ביים גרינדונג.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:34 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:די פראגע דא איז בלויז, אויב די מדינה הטמאה וועט טאקע ווירקליך אונטער גיין, וועט איר דען יא גלייבן אין וואס צדיקים האבן געזאגט? צו איר וועט טרעפן אן אנדערע אורזאך פארוואס אפצולאכן פון צדיקי אמת?

צום ענין: רבינו הקדוש זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין דאטום ווען די מדינה גייט ווירקליך אונטערגיין. דאקעגן פרעזידענט טרומאן האט יא געגעבן, ער האט געהאלטן אז אז די מדינה וועלכע איז ארום גענומען מיט פינסטערע אידן-האסער פון אלע דריי זייטן וועט נישט דויערהאפטן קיין גאנצע יאר!

וואס רבינו הק' זי''ע האט יא געזאגט איז: אז בעפאר משיח וועט קומען ווען נישט בלייבן קיין איין גאנצע געביידע אין דעם הייליגן תל אביב.

ווי אויך האט רבינו הק' געזאגט נאך בעפאר די מדינה איז ווירקליך צושטאנד געקומען. אז ער פארכט זיך זייער פון צוויי זאכן: איינס אז די קאמוניסטן וועלן פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד און די ארומיגע לענדער. צווייטענס אז ס'וועט געלונגן פאר די ציונים אויפצושטעלן א מדינה אין ארץ ישראל. א זאך וואס האט אין יארן פון די ערשטער וועלטס קריג אויסגעקוקט גאר ווייט פון די ווירקליכע מציאות.

איבריג צוזאגן א ביידע זענען ליידער מקיים געווארן. און ווער האט דערלייגט? בלויז דער הייליגער באשעפער. א דאנק די דאזיגע צוויי געשענענישען האבן שווערע מיליאנען אידן גענצליך אויפגעהערט צו זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל השם אלקינו השם אחד!

און ווער פרייד זיך דערמיט? די חילונים! די קאמוניסטן! (אויב ס'עקזעסטירט נאך אזא באוועגונג) די קאווע שטיבל שרייבער! און די OTD כופרים!

יחי מדינת ישראל! לעבען זאל חבר סטאלין! נידער מיטן בורא עולם!

סאיז בלויז א וואונדער פארוואס מ'זאג מער הלל בלויז ה' אייר, פארוואס זאל מען דען נישט אויך זאגן הלל אין די טאג וואס ס'איז געלונגן פון די רויטער קומוניסטן צו הרג'נען ניקאליי און פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד...

די אייבישטער האט דערלייגט? אוי וויי פארוואס איז ער זיך נישט געקומן זיך דורכרעדן מיט דיר פאר'ן מאכן אזא נארישע דיעל?
דו שוטה גיי צוריק צו דיין לעכל ביז מ'רופט דיך אז ס'איז נישט דא קיין מזומן ביי די פראטעסט
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:39 pm

סקרן, ייש''כ פאר די אינהאטסרייכע דברים של טעם. עס געבט צו א שלל פון ידיעות צום גאנצן סוגיא.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:42 pm

אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.
קודם דארפט איר פארשטיין אז רוב פרומע אידן אידענטיפיצירן זיך נישט אלץ 'חרדים'. די ווארט 'חרדים' מיינט 'ultraorthodox'. ד"מ, אידן וואס גייען מיט הוט און רעקל. נאכדעם איז דא 'דתיים' וואס מ'רופט אין אמעריקע 'modern orthdox', וואס דאס מיינט, א פרומע איד וואס גייט נישט מיט קיין הוט און רעקל. פארשטייט זיך אז רוב דתיים זענען שוואכער אין אידישקייט ווי חרדים, אבער נישט אלע, ס'דא גענוג און נאך דתיים וואס האבן זיך גארנישט צו שעמען פון די חרדים, מרופט זיי תורניים אדער חרדל"ים. יעצט די פאלל האט נאר אויסגעפרעגט 'חרדים', און ביי רוב חרדים מיינען טאקע די אלע נייע ימים טובים גארנישט. ס'איז אזויווי july 4 ביי אונז. ס'איז נישט קיין פייערליכע טאג, אבער ס'איז אויך נישט קיין 'יום המר והנמהר שלומים תן כימי נהר'. אבער ביי רוב פרומע אידן איז עס ממש א יום טוב, מ'טוט זיך אן יום טוב'דיג, מ'זאגט גאנץ הלל מיט א ברכה, מליינט אין די תורה און מ'עסט א יום-טוב דיגע סעודה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:07 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט