וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 20, 2018 1:10 pm

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך אייער שפייז » מאנטאג אפריל 23, 2018 12:27 am

דוד שלומה עקשטיין די באקאנטע קנאי (מנהל ישיבה גדולה סאטמער) האט היינט געהאלטן א דרשה אין ישיבה גדולה וועגן ציונות. ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס די מדינה שטייט נאך עס איז שוין 70 יאר. האט ער געענפערט אז די רבי האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס גייט ציזאמפאלן ביי 70 יאר

איך בין נישט משיגע! מיינע אלע רבי'ס אין חדר האבן מיר געזאגט אז עס גייט ציזאמפאלן ביי די 70 יאר. סא פארוואס זאל איך זיי נאך גלייבן איין ווארט וואס זיי זאגן?

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אייער שפייז
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מאנטאג אפריל 23, 2018 4:13 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:קאך לעפעל , בדרך כלל גלייך איך גאר שטארק דיינע תגובות, אבער דאס מאל האסטו מיר געברענגט בייז בליט , איך ווייס נישט וויפיהל מיליאנען האבן אויפגעהערט צי זאגן שמע ישראל, איך ווייס אבער יא אז צענדליגע טויזענטע יודן האבן אנגעפאנגן זאגן שמע ישראל זייט די מדינה שטייט,


אין אלגעמיין פאדערט זיך אזא תגובה נישט קיין אנטווארט. נאר אזוי ווי ס'איז ענינא דיומא וועל פראבירן אפצוענפערן אויפן שפיץ גאפל.

היינט צוטאגס ווערן נאנט צו האלב מיליאן קינדער נתחנך אין די בתי חינוך המלכתיים אין מדינת ישראל:

לאמיר כאפן א טיילווייזער בליק אויף די שולע קוריקולער פון די בתי חינוך המלכתים:

מטרות החינוך הממלכתי הן:
(1) לחנך אדם להיות אוהב אדם, אוהב עמו ואוהב ארצו, אזרח נאמן למדינת ישראל, המכבד את הוריו ואת משפחתו, את מורשתו, את זהותו התרבותית ואת לשונו;
(2) להנחיל את העקרונות שבהכרזה על הקמת מדינת ישראל ואת ערכיה של מדינת ישראל כמדינה יהודית ודמוקרטית ולפתח יחס של כבוד לזכויות האדם, לחירויות היסוד, לערכים דמוקרטיים, לשמירת החוק, לתרבותו ולהשקפותיו של הזולת, וכן לחנך לחתירה לשלום ולסובלנות ביחסים בין בני אדם ובין עמים;
(3) ללמד את תולדות ארץ ישראל ומדינת ישראל;
(4) ללמד את תורת ישראל, תולדות העם היהודי, מורשת ישראל והמסורת היהודית, להנחיל את תודעת זכר השואה והגבורה, ולחנך לכבדם;
(5) לפתח את אישיות הילד והילדה, את יצירתיותם ואת כשרונותיהם השונים, למיצוי מלוא יכולתם כבני אדם החיים חיים של איכות ושל משמעות;
(6) לבסס את ידיעותיהם של הילד והילדה בתחומי הדעת והמדע השונים, ביצירה האנושית לסוגיה ולדורותיה, ובמיומנויות היסוד שיידרשו להם בחייהם כבני אדם בוגרים בחברה חופשית, ולעודד פעילות גופנית ותרבות פנאי;
(7) לחזק את כוח השיפוט והביקורת, לטפח סקרנות אינטלקטואלית, מחשבה עצמאית ויוזמה, ולפתח מודעות וערנות לתמורות ולחידושים;
(8) להעניק שוויון הזדמנויות לכל ילד וילדה, לאפשר להם להתפתח על פי דרכם וליצור אווירה המעודדת את השונה והתומכת בו;
(9) לטפח מעורבות בחיי החברה הישראלית, נכונות לקבל תפקידים ולמלאם מתוך מסירות ואחריות, רצון לעזרה הדדית, תרומה לקהילה, התנדבות וחתירה לצדק חברתי במדינת ישראל;
(10) לפתח יחס של כבוד ואחריות לסביבה הטבעית וזיקה לארץ, לנופיה, לחי ולצומח;
(11) להכיר את השפה, התרבות, ההיסטוריה, המורשת והמסורת הייחודית של האוכלוסייה הערבית ושל קבוצות אוכלוסייה אחרות במדינת ישראל, ולהכיר בזכויות השוות של כל אזרחי ישראל.


ס'כאפט א פחד און א שרעק דאס צו זען, אוי לעניים שכך רואות.

מ'לערענט נישט קיין אמונה, נישט קיין חימוש, נישט קיין שמע ישראל. גארנישט! לית דין ולית דיין. דאס אידישקייט באשטייט צו וויסן ווי גרויס הערצל'ס מחילה איז געווען, און ווי לאנג בעגינס נאניע איז געווען, און ווי גרויס גלדא מאיר'ס דדים זענען געווען, און ווי שטארק משה דיין'ס אויגן האבן געשיינט...און ווי הויך די חרמון איז. דאס באשטייט די אידישקייט וואס מ'לערענט אויס אין די ציוניסטישע פאבליק שולעס, וועלכע פארמאגן ניטאמאל קיין מזיזות אויף די טויערן.

אין די דאזיגע שולעס האט מען מיט די געוואלד אריינגעשטעלט ערליכע אפגעהיטענע ילדי תמן, ילדי מאראקא, ילדי צפון אפריקע און נאך. מ'האט גענומען קליינע אומשולדיגע קינדער, און זיי מיט די געוואלד (נוסח פרייהייט אין מדינת ישראל) אריינגעזעצט אין די דאזיגע עקלאפטיגע שולעס, וואו זיי זענען אויסגעשטיגן די גרעסטע כופרים אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. אזש דער אלגעמיינער "אידיש יונגל" פון מדינת ישראל איז א פיל גרעסערע כופר ווי דער אלגעמיינער אמעריקאנער יוגענטליכער פון מעסיסיפי און נעבראסקא, וועלכע ווערן ערצויגן מיט א טיפע גלויבן אינעם אלמעכטיגען גאט. סארא שאנדע.

פאר דעם האבן מיר געדארפט א מדינה? וואס איז אונז שלעכט געווען אין מאמע רוסלאנד? סטאלין האט אונז גענוי דאס זעלביגע געלערענט. נישטא קיין גאט, מאמע רוסלאנד איז גאט.

פון די גרונד פריציפן פון מדינת ישראל איז, אויפצוציען גענעראציעס פון חזיר-פרעסערס, און בועלי נידות, און פאלנע מארקיסטישע כופרים וועלכע פארשעמען נישט די אומערצויגענע חיות פון הארלעם און פאלאדעלפיע....

אצינד לאמיר זינגען אין איינעם כל עוד בלבב פנימה נפש יהידי הומיה......

די מזוזות האט איהר בטעות גענומען פון שערי חמלה, בתי ספר ממלכתיים בארץ (אויסער אין די גאר לינקע פרייע קיבוצים) פארמאגן מזוזות אויף אלע טירן חוץ פון בית-הכבוד
(הגם אז מדינא די גאנצע שולע האט א דין בית הכסא אבער אין כאן המקום להאריך בזה)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 525 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אפריל 23, 2018 4:32 pm

ביי דע וועי, כ'האב אמאל געהערט נאכדערציילן אז ווען דער פריערדיגער פאפא רב זצ"ל ווען ער איז נאך געווען אין אנטווערפן נאכן קריג האט ער געזינגן הלל מיט די קינדער, כ'מיין אז ס'געווען די ערשטע יאר נאכן הקמת המדינה, ס'די צווייטע יאר ה' אייר, כך שמעתי
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1290 מאל

הודעהדורך אברך משי » דינסטאג אפריל 24, 2018 12:33 pm

גם אני שמעתי פעם כיוצא בזה,
אך שמעתיה עם הכחשה בצידה, שהי' מעשה כזה עם רב אחר שהי' חסיד בעלז, שאמר הלל לאחר קום המדינה, ובטעות החליפו אותו עם הפאפא רב שגם הוא הי' חסיד בעלז
וכך נראים הדברים למי שמכיר את אופיו ומהותו של הגה"צ מפאפא ז"ל ביראה ובחסידות, ובפרט בהתחשב עם מקור מוצאו ושורשו בקרב רבני הונגרי', בודאי לא הי' ממהר לומר הלל
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 359 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:19 pm

ואני שמעתי שאותו רב אמר הלל בעודו בועל אשת איש נדה ואוכל טשיזבורגער בידו השני.

שוב פעם אחת שמעתי מעשה שהיה עם הסערענטשער רב ובטעות החליפו עם הסאטמארער רב מחמת ששניהם מתחילים עם אותו אות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2536 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:21 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ביי דע וועי, כ'האב אמאל געהערט נאכדערציילן אז ווען דער פריערדיגער פאפא רב זצ"ל ווען ער איז נאך געווען אין אנטווערפן נאכן קריג האט ער געזינגן הלל מיט די קינדער, כ'מיין אז ס'געווען די ערשטע יאר נאכן הקמת המדינה, ס'די צווייטע יאר ה' אייר, כך שמעתי


אויב דאס איז אמת איז ער בכלל נישט געוועהן קיין פאפאנער :lol:
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 02, 2018 6:43 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל ווען די בוהושע רבי זי"ע זיך געזעצט צום סעודת יום טוב ביי זיך אין קלויז און זיין אייניקל די היינטיגע רבי וואס איז נאך דאן געווען א בחור וואס איז א שטארקע קנאי און האט געלערנט אין סאטמאר האט זיך ארומגעדרייט דארט. האט אים די זיידע געזאגט, "גיי ארויס פון דא, די גאנצע זאך דא האט גארנישט מיט דיר".

תיקון טעות. לעצנס געהערט פון אן עד ראייה וואס איז געווען ביים בוהושער אין די מ' יארן ווען יום העצמאות איז אויסגעפאלן מאנטאג, ער זאגט אז די רבי האט געזאגט תחנון געהעריג מיט בכיות נוראות.
בפשטות זעט עס אויס ווי א סתירה.

כ'האב אים געפרעגט צי די בוהושער פלעגט אלץ זאגן תחנון מיט אזעלכע בכיות, האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט. ער זאגט אויך אז ס'געווען דארטן מענטשן וואס זענען געקומען זען צי די בוהושער זאגט טאקע הלל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מאי 02, 2018 8:37 pm

רביה"ק: ער האט נישט געקענט זאגן ביידע. ס'איז א תרתי דסתרי. אויב ער האט געזאגט תחנון האט ער נישט געזאגט קיין הלל...!
נאר. אין אמת'ן איז די גאנצע זאך א פילפול של הבל. נישט אין דעם שטעקט דאס אידישקייט. צו מ'זאגט יא, אדער נישט תחנון. אדער הלל. גאנץ הלל אדער האלב הלל. די מענטשן וועלכע זענען נאך היינטיגע צייטן עוסק אין אט די שטותים (חוץ אויף קאווע שטיבל, פארשטייצעך) ברענגען אן זייער לעבן מיט שטותים והבלים...! זיי לערנען נישט קיין תורה. אונז האמיר נישט באקומען ביים בארג סיני די שיטה הקדושה. (במחכת"ה) אונז האמיר באקומען א תורה מיט תרי"ג מצוות. אויף דעם דארפן מיר ארבעטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 08, 2019 1:06 pm

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך חוקר ודורש » מיטוואך מאי 08, 2019 9:49 pm

IMG_3060.jpg


יא דאס איז געווען דער שטרסבורג׳ע רב זצ״ל און אזוי אויך אנדערע, וואס האבן געהאט א פאזיטיווע בליק אויפן מדינה, עד שבא הרבי מסאטמאר...
עכ״פ יעצט אז מען שטייט שוין נאכאמאל אינעם יום התייסדות המדינה הישראלית, לאמיר אלע דאנקען דעם באשעפער און זאגן הלל מיט צו אן א ברכה און מאכן א סעודת מצוה און געבן צדקה, סוף כל סוף האבן מיר אלע ליב די מדינה אפי׳ סאיז דא שלעכטס אויך, יום עצמאות שמח!!


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מאי 09, 2019 4:11 pm

IMG_3090.jpg

די וואך אין די עדיטאריעל פון ״דער איד״, סאטמאר האט געהאפט פאר נאר 70 יאר, אבער יעצט האלט מען שוין ביי 71..


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:49 pm

ובעונותינו שרבו יצאו מהם מה שיצאו...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:20 pm

רבותיי: די מדינה (הטמאה/מדינה של גהינום) האט נאר א זכות הקיום וועגן סאטמאר. ווייל קיינער. ממש קיינער אויסער סאטמאר, נישט ביי די ערליכע אידן און להבדיל ביי די פרייע אינטרעסירט די מדינה. די פרייע חברה האבן א טאג אףף פון די ארבעט. און זיי גייען ארויס און מאכן בארביקיו'ס אין די פארקס. און די מזרחי'סטן לייגן שוין נישט אריין קיין שום רעליגיעזן סימבאליזם אין יום העצמאות. זיי גייען נאך אפשר ארויס און מאכן סעודות אין רעסטאראנטן לכבוד היום. אבער גארנישט מער פון דעם...!.און סתם ערליכע אידן פון כלל ישראל. ביי זיי ליגט עס אין די לינקע פיאה. די איינציגע חסידות/קהילה אין די וועלט וועלכע מאכן א וועזן פון יום העצמאות איז סאטמאר.זיי מאכן א גאנץ עסק פון יא זאגן תחנון. אדער נישט זאגן תחנון. אפילו פרייטיג. ווען מ'זאגט נישט קיין תחנון אין סאטמאר. אדער אפילו ווען ס'איז דא א ברית אין ביהמ"ד. וואס עפ"י הלכה דארף מען נישט זאגן קיין תחנון. זאגט מען יא. און מ'האלט גאנצע דרשות איבער דעם יום המר והנמהר. וואס ווען נישט סאטמאר וואלט שוין א יעדער לאנג פארגעסן אז ס'איז נאך דא אזא זאך ווי יום העצמאות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:34 pm

@גדליה זיסע וואו ביזטו פארשווינדן געווארן? מיין הארץ בענקט נאך דיר, הלוואי ווען איך קען דיר געבן נאך טויזענט לייקס.

אויב געדענקסטו גוט האמיר געמאכט א אפמאך אז איך בין משלים דיינע לייקס צו א טויזענט, און דו וועסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין עבודת הכתיבה, איך האב געטוהן מיינס און דו האסט נישט מקיים געווען דיינס, וואו איז די יושר?!

כ'וועל גיין צו אלע דיינע אשכולות וואס דו האסט געעפענט און זוכן נאך דיר און אויסשרייען דיין נאמען אפשר וועסטו דיך אנרופן. אזוי ווי די אשכול האסטו געבוירן ווענד איך מיך דא צו דיר.

@גדליה!!!

@גדליה!!!

@גדליה!!!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1290 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:42 pm

דער גאלדענער אדלער: איך וויל דיך בארואיגן. גדליה לעבט ב"ה. ער איז חי וקיים אויף ביידע באקן. ער איז נאר מגולגל געווארן אין עפעס א נייעם ניק. אונז פשוט'ע מענטשן פארשטייען נישט דעם סוד פון גילגולים. ס'איז לעצטנס געבוירן געווארן א סאך נייע ניקס, בליעה"ר אויף קאווע שטיבל. און איינס פון די נייע בעיביס איז ר' גדליה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג מאי 10, 2019 4:49 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@גדליה זיסע וואו ביזטו פארשווינדן געווארן? מיין הארץ בענקט נאך דיר, הלוואי ווען איך קען דיר געבן נאך טויזענט לייקס.

אויב געדענקסטו גוט האמיר געמאכט א אפמאך אז איך בין משלים דיינע לייקס צו א טויזענט, און דו וועסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין עבודת הכתיבה, איך האב געטוהן מיינס און דו האסט נישט מקיים געווען דיינס, וואו איז די יושר?!

כ'וועל גיין צו אלע דיינע אשכולות וואס דו האסט געעפענט און זוכן נאך דיר און אויסשרייען דיין נאמען אפשר וועסטו דיך אנרופן. אזוי ווי די אשכול האסטו געבוירן ווענד איך מיך דא צו דיר.

@גדליה!!!

@גדליה!!!

@גדליה!!!

יא טייערע אדלער. איך האב געהערט דיין געשריי.
ליידער צוליעב פארשידענע מניעות האב איך אויפגעהערט שרייבען. אזוי אויך זייט ר' פרחיה האט זיך געזעגענט איז נסתתמו מעינות החכמה און כ'האב מער נישט פון ווי צו נעמען השראה פאר חידושים.
אבער אפשר אין זכות פון דיין געשריי וועט עפעס נתעורר ווערען במשך שבת.
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלעמען.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט