וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

שליחה דורך גדליה »

די גאנצע וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף די צוזאמפאל פון מדינת ישראל וואס וועט פארקומען אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
ווי באקאנט האבן אלע גדולי ישראל פאראויסגעזען מיט זייערע ריינע הייליגע אויגן אז די מדינה פון די כופרים ורשעים וועט נישט אנהאלטן. דאס איז בעיקר באקאנט אין נאמען פון גרויסן חזון איש זצ"ל און מרן הגה"ק לוחם מלחמת ה' מסאטמאר זי"ע, וואס גדולי תלמידיו האבן געגעבן א צייט אפשניט פון זיבעציג יאר ביז די מדינה ווערט בטל כעפרא דארעא, דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום אידיש נפש.
רבותי! מיר האלטן יעצט אין די לעצטע היסטארישע מינוטן פון די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.
א היציגע מיינונגס פארשידנהייט גייט אן צווישן די עלטערע אידן וואס האבן נאך געדענקט דעם רבי'ן אין די געזונטע יארן אויב די מעמד ביטול המדינה וועט פארקומען דעם דאנערשטאג, ה' אייר מוקדם, אדער גאר אום פרייטאג, בעצם היום הזה.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט אויפגעשטעלט ווערן.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט האבן קיין קיום.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל שטייט טאקע צייטווייליג, אבער מוז עווענטועל בטל ווערן.
יעצט איז די צייט!
און חלילה וחלילה וחלילה, הס מלהזכיר, אויב די מדינה וועט נישט פיזיש צוזאמפאלן און זיך צאמלייגן ווי די טווין טורעמעס, וועלן מיר זיך אלע צוזאמנעמען אויף לי קארנער ראדני און מבטל זיין די מדינה!
דער ביד"ץ פון ווילאמסבורג האט מתקן געווען א ספעציעלע ברכה וואס מיר גייען זאגן אויף די היסטארישע מעמד ווען מיר וועלן ענדליך זען פארפולקאמט די הייליגע רוח הקודש פון אונזערע רביים וואס האבן אלעס פאראויסגעזען מיט זייערע ליכטיגע אויגן.
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וציונו על ביטול המדינה והמציאות

און אלע פינף און צוואנציג אידן וואס האבן נישט כורע געווען צום בעל וועלן זיך בוקן צום הייליגן אומאפפרעגבארן ויואל משה און אויסשרייען מיט אלע כוחות:
אמן!!!!!!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 124 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר