טרייסל: דעמאגראפיק פון סאטמאר-מהר"א פאלט שטארק

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

טרייסל: דעמאגראפיק פון סאטמאר-מהר"א פאלט שטארק

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:34 pm

אין א צייט וואס כלל ישראל מאכט מיט מבית ומבחוץ, וויל יעדער נאר הערן בשורות טובות אז קהילות קדושות פארגרעסערן זיך, און אז אמאליגע ערטער וואקסן אויס און קענען שוין נישט פארנעמען דעם פארגרעסערטן ציבור. ווען מען הערט אז א קהילה קדושה דארף בויען א נייעם ביהמ"ד צוליב אפס מקום, וואקסט יעדן איד'ס הארץ פון פרייד אז דאס חרדישן אידנטום וואקסט און בליט לשם ולתפארת.

דערפאר איז אויפגענומען מיט גרויס טרייסל און ווייטאג די נייעס אז קהילת סאטמאר תחת דגלו פון האדמו"ר הגה"ק ר' אהרן האט דראסטיש געדארפט רעדוצירן דאס פלאץ פאר איר'ס א צוזאמקום כדי צו קענען אנפילן א זאל.

עס געדענקט זיך נאך גוט וועגן די זעלבע קהילה קדושה האט געמאכט ריזיגע צוזאמקונפטן אין דער גיגאנטישער ארמארי געביידע, וואו צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי פארשידענע מאורעות -- יסוד איתן, חתונות, כ"א כסליו, וכו'. ביי יעדער פון די מסיבות איז דער ארמארי אנגעפילט געווארן מיט רבבות אלפי ישראל, צענדליגער טויזנטער חסידי סאטמאר, אזש אפילו אריבער 50,000 באטייליגטע ביי איינער פון די גרויסע חתונות בבית המלכות, ווי דעמאלט פראמינענט באריכטעט.

זעענדיג אז בשנת תשע"ח קען שוין ליידער די קהילה נישט צוזאמענברענגען אזויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף צו קענען אנפילן די ארמארי געביידע, איז די קהילה געווען געצווינגען ארויסצודונגען דעם קלענערן "נעסאו קאליסעאום" פאר דעם "כינוס כללי", וואו עס קען אריין בלויז קנאפע 17,000 מענטשן.

כלל ישראל האפט אז דאס איז בלויז א צייטווייליגן איבערגאנג, און די קהילה קדושה וועט צוריקבליען צו איר אמאליגער גרויסקייט, און וועט נאכאמאל קענען אנפילן דעם גיגאנטישן ארמארי און אנדערע גיגאנטישע געביידעס מיט די צענדליגער טויזנטער באטייליגטע, ווי אין דעם זיסן אמאל.

חדש ימינו כקדם.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10019 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:38 pm

ראובן האט געשריבן:אין א צייט וואס כלל ישראל מאכט מיט מבית ומבחוץ, וויל יעדער נאר הערן בשורות טובות אז קהילות קדושות פארגרעסערן זיך, און אז אמאליגע ערטער וואקסן אויס און קענען שוין נישט פארנעמען דעם פארגרעסערטן ציבור. ווען מען הערט אז א קהילה קדושה דארף בויען א נייעם ביהמ"ד צוליב אפס מקום, וואקסט יעדן איד'ס הארץ פון פרייד אז דאס חרדישן אידנטום וואקסט און בליט לשם ולתפארת.

דערפאר איז אויפגענומען מיט גרויס טרייסל און ווייטאג די נייעס אז קהילת סאטמאר תחת דגלו פון האדמו"ר הגה"ק ר' אהרן האט דראסטיש געדארפט רעדוצירן דאס פלאץ פאר איר'ס א צוזאמקום כדי צו קענען אנפילן א זאל.

עס געדענקט זיך נאך גוט וועגן די זעלבע קהילה קדושה האט געמאכט ריזיגע צוזאמקונפטן אין דער גיגאנטישער ארמארי געביידע, וואו צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי פארשידענע מאורעות -- יסוד איתן, חתונות, כ"א כסליו, וכו'. ביי יעדער פון די מסיבות איז דער ארמארי אנגעפילט געווארן מיט רבבות אלפי ישראל, צענדליגער טויזנטער חסידי סאטמאר, אזש אפילו אריבער 50,000 באטייליגטע ביי איינער פון די גרויסע חתונות בבית המלכות, ווי דעמאלט פראמינענט באריכטעט.

זעענדיג אז בשנת תשע"ח קען שוין ליידער די קהילה נישט צוזאמענברענגען אזויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף צו קענען אנפילן די ארמארי געביידע, איז די קהילה געווען געצווינגען ארויסצודונגען דעם קלענערן "נעסאו קאליסעאום" פאר דעם "כינוס כללי", וואו עס קען אריין בלויז קנאפע 17,000 מענטשן.

כלל ישראל האפט אז דאס איז בלויז א צייטווייליגן איבערגאנג, און די קהילה קדושה וועט צוריקבליען צו איר אמאליגער גרויסקייט, און וועט נאכאמאל קענען אנפילן דעם גיגאנטישן ארמארי און אנדערע גיגאנטישע געביידעס מיט די צענדליגער טויזנטער באטייליגטע, ווי אין דעם זיסן אמאל.

חדש ימינו כקדם.

האהא א געוואלדיגע נארישקייט מצידם צו נעמען א סטעדיום וואס סווערט געסקענט פונקטלעך וויפיל מענטשען סדא..... סאיז מגלה למפרע אז אלע נאמבערס זענען געווען פאלשע חלומות.....
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:02 pm

דורשין בכבוד אכסניא....

דער שטיבל ווערט בלויז בעסער און בעסער און נאך בעסער.

דאס אויסטערלישער שנאת ישראל, און דער אנגייענדע ווילדער האס קעגן ק''ק סאטמאר און אירע היילגע מנהיגים וועלכער הערשט אט דא אינעם שטיבל, ווערט בחסדי השם אלס שטארקער און שטארקער. דאס עקל, גרויל, און אפשיי וואס מערסטייל פון די אינטעליגענטע שרייבער דא אינעם שטיבל האבן צו אונזער הייליגער קהלה און צו אונזער גרויסער הייליגער רבין פארשטערקט זיך מיט א ווילדן אימפעט תלי''ת.

ורוח הקודש צווחת ואומרת כן ירבה וכן יוסף השם להלאה.

חסידי סאטמאר דארפן זיין באמת שטאלץ אז מיר זענען די מטרה לחיצים פון אלע שונאי ישראל, משכילים, ציונים למינהם.... דאס קאווע שטיבל איז אונזער דערקוויקעניש....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:07 pm

דער ארטיקל דא האט גארנישט מיט התנגדות צו סאטמאר, נאר צו דער לעכערליכער פראפאגאנדע וואס איז ליידער אן אינטעגראלער חלק פון דער קהילה. כ'בין זיכער אז דו, אלס אינטעליגענטער אהרוני, איז אויך פארעקלט דערפון.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10019 מאל

הודעהדורך newkave » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:13 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:דורשין בכבוד אכסניא....

דער שטיבל ווערט בלויז בעסער און בעסער און נאך בעסער.

דאס אויסטערלישער שנאת ישראל, און דער אנגייענדע ווילדער האס קעגן ק''ק סאטמאר און אירע היילגע מנהיגים וועלכער הערשט אט דא אינעם שטיבל, ווערט בחסדי השם אלס שטארקער און שטארקער. דאס עקל, גרויל, און אפשיי וואס מערסטייל פון די אינטעליגענטע שרייבער דא אינעם שטיבל האבן צו אונזער הייליגער קהלה און צו אונזער גרויסער הייליגער רבין פארשטערקט זיך מיט א ווילדן אימפעט תלי''ת.

ורוח הקודש צווחת ואומרת כן ירבה וכן יוסף השם להלאה.

חסידי סאטמאר דארפן זיין באמת שטאלץ אז מיר זענען די מטרה לחיצים פון אלע שונאי ישראל, משכילים, ציונים למינהם.... דאס קאווע שטיבל איז אונזער דערקוויקעניש....

לאז זיך נישט!! אונזער רעבע איז די שטערקסטע און ערשטע
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:18 pm

א) אפגעזען פון דיין ווירקליכע אורזאך צו עפענען דעם אשכול, איז דאס געשריבן געווארן אויף א נעגעטיווער וועג ( וואס איז ווירקליך נישט קיין שום פראבלעם, מיר לעבן אין אמעריקע, וואו אונזער הייליגע ערפינדונג-טאטעס האבן אראפגעשטעלט א דויערהאפטיגער פאדאמענט פון פרייהייט פון אויסשפרוך, יעדער בירגער האט דער פולער רעכט ווען אימער צו זאגן וואס ער וויל, און דאס דארפן מיר פולשטענדיג רעספעקטירן אונטער אלע אומשטענדן)

ב) רבינו הק' שרייבט אין זיין הייליגע הקדמה פון על הגאולה ועל התמורה, אז אפילו דער קנטרס וועט ראטעווען בלויז איין איינציגער איד פון ציונות, האט זיך אים שוין געלוינט די גאנצע הארעוואניע. אפילו בלויז איין איד פון די גאס וועט קומען צום כינוס און זיך עפענען די אויגן און ווערן אויס ציוני, האט זיך יעדע פיאסטער פאר די פראפעגאנדע פולפאכיג אויסגעצאלט.

ג) איך בין לגמרי נישט אינטעלעגענט.... איך טראג אן אלטען אפגעוועשטן שטאפענעם קאפוליש, מיט אלטע אפגעריבענע שלייקעס, דער ריטשראטש איז מיר שטענדיג אפען, די נאז רינט מיר נאכאנאנד, אין טראג שרעקווערדיג קעצי בריללן, מיין מויל שטונקט שטענדיג פון אלטע אומגעצייטיגטע קנאבל, און מיין וואלענע טלית קטן איז דאפעלט אזוי געל ווי לאנגזאמ'ס פון די אונטערנס. און מיין לינקע שיך פארמאגט א מויל גרעסער ווי בלעם'ס אייזל....

און פאר מיינע טייערע בעלזא פריינד דא אין שטיבל, וואס כ'האב ליב אהבת נפש, ווייל זיי זענען ג-ט'ס קינדער, וועלכע גלייכן מיך צו ריפן קאק לעפל.(מיט רעכט) וויל לאזן וויסן, אז יא! איך מאך נאך אין די הויזן...(פארשטייט זיך ווען קיינער זעט נישט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:29 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:19 pm

newkave האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דורשין בכבוד אכסניא....

דער שטיבל ווערט בלויז בעסער און בעסער און נאך בעסער.

דאס אויסטערלישער שנאת ישראל, און דער אנגייענדע ווילדער האס קעגן ק''ק סאטמאר און אירע היילגע מנהיגים וועלכער הערשט אט דא אינעם שטיבל, ווערט בחסדי השם אלס שטארקער און שטארקער. דאס עקל, גרויל, און אפשיי וואס מערסטייל פון די אינטעליגענטע שרייבער דא אינעם שטיבל האבן צו אונזער הייליגער קהלה און צו אונזער גרויסער הייליגער רבין פארשטערקט זיך מיט א ווילדן אימפעט תלי''ת.

ורוח הקודש צווחת ואומרת כן ירבה וכן יוסף השם להלאה.

חסידי סאטמאר דארפן זיין באמת שטאלץ אז מיר זענען די מטרה לחיצים פון אלע שונאי ישראל, משכילים, ציונים למינהם.... דאס קאווע שטיבל איז אונזער דערקוויקעניש....

לאז זיך נישט!! אונזער רעבע איז די שטערקסטע און ערשטע

פאר דיך האב איך בלויז דאס צו ענפערן... העלא...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:44 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:דורשין בכבוד אכסניא....

דער שטיבל ווערט בלויז בעסער און בעסער און נאך בעסער.

דאס אויסטערלישער שנאת ישראל, און דער אנגייענדע ווילדער האס קעגן ק''ק סאטמאר און אירע היילגע מנהיגים וועלכער הערשט אט דא אינעם שטיבל, ווערט בחסדי השם אלס שטארקער און שטארקער. דאס עקל, גרויל, און אפשיי וואס מערסטייל פון די אינטעליגענטע שרייבער דא אינעם שטיבל האבן צו אונזער הייליגער קהלה און צו אונזער גרויסער הייליגער רבין פארשטערקט זיך מיט א ווילדן אימפעט תלי''ת.

ורוח הקודש צווחת ואומרת כן ירבה וכן יוסף השם להלאה.

חסידי סאטמאר דארפן זיין באמת שטאלץ אז מיר זענען די מטרה לחיצים פון אלע שונאי ישראל, משכילים, ציונים למינהם.... דאס קאווע שטיבל איז אונזער דערקוויקעניש....

ער האט געמאכט א גיטע ווערטעל אויפן חשבון פון אלע יארן פראפעגאנדע.
גארנישט קיין שנאת ישראל אדער האס...מ'דארף קענען פארנימען א ווערטעל.
אפשר וואלט מען עס געדארפט לייגן אין שמייכל.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1505
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 4:48 pm

בן ישי האט געשריבן:

אזוי? כ'האב נישט געכאפט, כ'האב דאך געוויסט אז כ'בין נישט אינטעליגענט... ראבן זיי מוחל...

over and out
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג מאי 24, 2018 5:23 pm

הגם איך צייל מיך נישט צווישן די חסידים פון דעם בעל לב אהרן שליט"א, האף איך מיך אי"ה צו באטייליגן אין דער קינות.
איינער ווייסט וואו מען קען באקומען טיקעטס?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1072
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 623 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1747 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 5:25 pm

נאך נישט דא צו באקומען
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1505
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 7:51 pm

פון וואו האט ראובן גענןמען דעם ציפער 17,000 זיצן? אויף גוגל שטייט 14,500 אריינגערעכט זיצן אויף די ערד.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

Re: טרייסל: דעמאגראפיק פון סאטמאר-מהר"א פאלט שטארק

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 24, 2018 8:58 pm

בכלל, איך גלייב נישט ראובן אויף די נומבערס..
א בפירוש'ע אימעיל פון בחצרות:
דער צענטער וועלכער איז סטאנציאנירט 40 מינוט פון וויליאמסבורג און בערך א שעה און 15 מינוט פון קרית יואל, אנהאלט מיט טויזענטער זיץ פלעצער מער ווי די פריער רעזערווירטער ארמארי געביידע, און דערצו נאנט צו 5000 פארקינג פלעצער צו אקאמעדירן די רבבות אלפי המשתתפים.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1682 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:19 pm

דאס איז א ראי'? איך העט ענדערש געברענגט א ראי' פון די הדלקה ל"ג בעומר אין קר"י, אלא וואס דען, איבער האלב פונעם עולם זענען דאך פולקאמע פרעמדע; אבער וואס איז מיט'ן יו"ט שבועות? מען האט געמוזט פארגרעסערן דעם אזוי-אויך איבערגעפילטן ריזיגן ביהמ"ד!

קוקט מיר נישט אויס ווי די קהלה ווערט קלענער, די כינוס איז אביסל א קאנטראווערסיעלע אקציע און נישט זיכער אז אלע חסידים וועלן זיך משתתף זיין, הגם ווארשיינליך אסאך פרעמדע וועלן זיין צוליב נייגעריגקייט, אבער אלענפאלס, איך וואלט נישט גענומען קיין ענדגילטיגע ראי' פון דעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:29 pm

עס ווערט טאקע קלענער, אבער ווי אהין גייען די חסידים? זי ווערען גוים? ציונים? חלילה זאלונים?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2287
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1191 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:33 pm

אישתישבי האט געשריבן:עס ווערט טאקע קלענער, אבער ווי אהין גייען די חסידים? זי ווערען גוים? ציונים? חלילה זאלונים?

ווערעצקיער חסידים
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1433 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:09 pm

ראובן בתפארתו........ וקאך לעפל בבשילו........

צום ענין דעס מיינט בעצם אז גאנץ סאטמאר איז געפאלן ווייל לויט'ן חשבון הפאפרעגאנדי איז דאך כו אב ביים לוי' געווען 100000 מענטשן נאך כמעט 40 יאר שפעטער האט צד ב פאריאר אנגעצויגן כמעט א רבבה אנשים וטף צד א לויט ראובן'ס חשבון 17000 ונראה צו אזויפיל יא ..... אפילו וועסט צולייגן נאך אזויפיל מענטשן קומט אויס אן ערך פון נאנט צו 300000 איז דאך סאטמאר געפערליך געפאלן

אבער צום קעפל זארג דיך נישט @ראובן עס איז נישט די ערשטע מאל וואס ר' אהרן פארמאכט זיין ביזנעס לויט געוויסע............
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2888
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך Gimpel » פרייטאג מאי 25, 2018 1:13 am

עס דרייט זיך א קונטרס וואס מיינט ציונות?איז דאס פין די כינוס
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 25, 2018 1:30 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:עס ווערט טאקע קלענער, אבער ווי אהין גייען די חסידים? זי ווערען גוים? ציונים? חלילה זאלונים?

ווערעצקיער חסידים

ס'גארנישט קיין דשאוק, דער עולם היינט האט שוין נישט קיין נערוון צו די נארישע פארמאלקייט, דער עולם זוכט פאן. און די וואס שטעלן זיך נישט צו גייען זיך טרעפן אן פרנסה.
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3179
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2283 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 25, 2018 3:26 am

ראובן: נאר איין קליינע באמערקונג. צו זאגן אז קאך/קאק לעפל (כלשונו) איז אן אהרוני, איז פונקט אזוי ווי איינער זאלל זאגן אז דער פויפסט איז אן ערליכער איד ווייל ער גייט א קאפל...!

צו קאך לעפל:איך גלייב דיר אז דו ביסט נישט קיין אינטעלעקטואל אדער תלמיד חכם. ווייל דו צו הרג'עסט א יעדן מאמר חז"ל. אזוי ווי למשל ..."פותחין בכבוד אכסניא"...זאגסטו דורשין ...ס'איז א גרויסער חילוק...! אויך דעם אפטייטש פון ..."פאונדינג פאדערס"...האסטו נישט ריכטיג ארויס...! ס'איז נישט טייטש ..."ערפינדונג". נאר "גרינדונג"...!

איך גלייב דיר אויך אז דיין פיסק סרח'ט. סיי אין דעם פיזישן און סיי אין דעם מעטאפארישן סענס...! אין דעם רוחניות'דיגן זין. דארפסטו טאקע לערנען מוסר ספרים. און אין דעם פיזישן זין. דארפסטו נעמען דאס ציין בערשטל און ארויפלייגן ציין פאסטא/שמירעכץ. און אויספוצן דיינע פארגעלטע, פארבויגענע, צוקראכטע ציינער, טעגליך...! אויך א ביסל שעמפו אויף דיין קרחת ווען דו נעמסט א שויער איינמאל, אדער 2 מאל אין א שמיטה, וואלט נישט געשאדט. אזוי אז מענטשן זאללן קענען שטיין אין דיינע ד' אמות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13601
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8720 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג מאי 25, 2018 9:33 am

אין יאר תשל''ב לפ''ק האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אין מינכן דייטשלאנד וואו די אונטערנאציאנאלע אלימפיק שפילן זענען דאן זיך פארלאפן. שפעט אין מיטן די נאכט האבן א גרופע פון אכט פאלעסטינער טעראריסטן אונטער די קאמאנדא פונעם ארכי-טעראריסט מאכאמעד מוסאלכא, זיך אריינגעשלייכט אין די שלאף-קוואטירן פון די ישראלישע ספארט-שפילער, און ברוטאליש פארכאפט 9 ישראלישע ספארטלער. צוויי ישראלישע ספארטללער זענען ליידער טראגיש אומגעקומען דורכאויס דער שרעקליכער פארכאפונג.

די טעראריסטן האבן אין אויסטויש פאר די פארכאפטע פארלאנג די באלדיגע באפרייאונג פון 232 געפארפולע טעראריסטן וועלכע האבן געשמאכט אין די מדינת ישראל טורמעס. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך האבן די מדינת ישראל אויטריטעטן זיך קאטאגאריש אנטזאגט צו באפרייען די געפארפולע טעראריסטן. אין רעזולטאט זענען נעבאך די 9 פארכאפטע ספארטלער ברוטאליש דערמארדערט געווארן דורך די פארשאלטענע טעראריסטן. יונקום השם לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, במהרה ממש.

די דעמאלסדיגער ישראלישע פרעימער מיניסטארישע גאלדא מאיר שר''י, האט דאן באשלאסן דאס נישט צו פארשווייגן. זי האט באלד באאויפטראגט דער פירער פון די מוסד אפרים הלוי, דורכצופירן א העכסט-געוואגטע נקמה אקציע, וועלכע זאל פולשטענדיג פארקלאפן דעם אפעטיט פון טעראריסטן צו הרג'נען אידן איבער די וועלט. דער אפאראציע "דער צארן פון ג-ט" (זעם האל כלשונום) איז פולשטענדיג אריין אין קראפט.

די מוסד האט דאן באוויזן אויף גאר א וואודערליכער אופן אראפצוקניידלן צום טויט, גאנצע צען געפארפולע ארכי טעראריסטן וועלכע האבן געלעבט אין באהעלטעניש לענגאויס אייראפא. דאס איז געווען א אקציע וועלכע האט געהאלטן די גאנצע וועלט גאר געשפאנט...

אין לויף פון די אפעראציע האט פאסירט א געשענעניש וועלכער האט דאן אויפגעטרייסלט די וועלט. א גרויזאמער פאלעסטינער טעראריסט האט אריינגעשטרומט אינעם ישראלישער אמבאסאדאר אין לאנדאן, און באוויזן צו דערשיסן צום טויט איינע (צו עטליכע, כ'געדענק נישט אויף די מינוט) פון די ארטיגע איינגעשטעלטע. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך האט נישט גענומען קיין אויגן בליק ביז דער טעראריסט איז פארוואנדעלט געווארן צו א געלעכערטע זיפ דורך די פילע קוילן פון די מאכטפולע עוזי ביקסן וועלכע האבן געלעכערט זיין פארשאלטענעם קערפער.

צום גרויס וואונדער האט די מוסד גאר אויפגענומען דעם געשענעניש אין לאנדאן אלס פאזעטיווע נייעס. 'זיי פירן א דיסקאסיע מיט אונז' האט זיך דאן אפרים הלוי אויסגעדרוקט מיט פרייד. נעמליך, דער טעראר אקציע אין לאנדאן האט אויסשליסליך איבערגעצייגט פאר די פירער פון מוסד, אז אירע אגענטן אין אייראפע פירן ווירקליך דורך א גוטע און געלונגענע ארבייט, אזש די פאלאסטינער זענען שרעקליך אויסן פאר נקמה...

דער דאזיגער אשכול פירט מיט אונז א העפטיגע דיסקוסיע...די פראפעגאנדע צום כינוס ארבייט ווי ס'דארף צו זיין. ווארום די ציונים, משכילים, אויפגעקלערטע שפרינגען ווי ווילדע הינט. די הייסע העסליכע לאווע וועלכע שטרומט אומאויפהערליך ארויס פון זייערע ברייט-צו-עפענטע נאז לעכער, צייגט אונז נאר איבער אז די מאסיווע פראפעגאנגע מאשין צום בעפארשטייענדען הייליגן כינוס פינקוציאנירט פולשטענדיג ווי ס'דארף צו זיין. דאס איז באשיינפערליך גאר פיינע נייעס פאר שלומי אמוני ישראל. תלי''ת

*

און צו מיין גרויזאמען פיינט (איך שרייב נישט קיין נאמען, בלויז א סימן ער האט עפעס שייכות צו פערד) וועל איך בלויז ענטפערן איין ווארט. ( אפגעזען פון דעם וואס כ'גלייב שטארק אין די ציווילע רעכטן וועלכע גרארנטירן פולשטענדיגע אויסשפרעכן פרייהייט, יעדער (אמעריקאנער בירגער) האט די פולשטענדיגע רעכט צו זאגן וואס ער וויל,ווען אימער ער וויל, אריינגערעכנט סאמארער חסידים)

מיט דיין ווילדער מאסיווער גרויזאמער אויסברוך, איז מיר פארענפערט געווארן נאך א זאץ וואס כ'האב געהאט די זכיה צו הערן פון מיין הייליגן רבי'ן ביי די פייערדיגע תורה דעם פארגאנגענעם צווייטן טאג שבועות:

דער רבי שליט''א האט זיך שטארק אפגערעדט אויף דעם וואס יונגלייט האלטן מיט נאכאנאנד מיט א אויסטערלישער חשק די פאליטישע אנטוויקלונגען, און די רעדעס פון די ציוניסטישע פירער פון מדנת ישראל. האלט דען עמיצער מיט, מיט די פרעפלערייען פונעם פובסט אין וואטיקאן האט דער רבי געפרעגט מיט קענטליכער ביטערניש? ניין! וויל מיר זענען אידן און ס'אינטערעסירט אונז פילייכט נישט וואס די יאשקע-נאכפאלגערס האבן צו פארקויפן. דאן פארוואס אונטערסירט יא פאר אונזער יונגעלייט אזוי שטארק די אנטוויקלונגען אין די מדינה הטמאה? ווארום ווען ס'גייט גוט פאר די מדינה איז עס א גוטער געפיל? אה? ווען ס'גייט גוט פאר עמיצן וואס שטעכט דיין מוטער האסטו אויך א פארגעניגען? ציונות שטעכט די הייליגע שכינה ווי אזוי קען א יוד א שותמ''צ הנאה האבן ווען ס'גייט גוט פאר די גרויזאמע שכינה-שטעכערס? ווי הייליג און טיף זענען די דאזיגע רייד.

צום ענין: ווי אזוי קען א איד, הויפזעכליך אן זעלבסט-אפשטאמיגער פון היטלער'ס קרבנות נעמען אין די האנד דעם העסליכן בוך מיין קאמף? ווי אזוי פאלט אים די האנט נישט אראפ?

דיין ליינען און זיך קאכן אין דעם טמא'נעם מיין קאמף פארענטפערט דיין וויסטער שנאת ישראל/אדם, וואס די האסט צו יעדען וואס האלט אנדערש ווי דיין 'מיין קאמף אנגעשטאפטער ארט ווי אלגעמיינע מענטשען פארמאגן דער מוח און שכל'. איך בין שטאלץ צו זיין דער שונא פונעם אידישען (?) מיין קאמף אנגעפיקעווטער באשעפעניש...

כ'וואלט געשריבען מער. אבער כ'וועל מיך אצינד איינהאלטן. זאל מיך ג-ט באצאלן פארן נישט אפענטפערן דעם 'מיין קאמף לעזער' ווי ס'ברויך צו זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום פרייטאג מאי 25, 2018 10:45 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

Re: טרייסל: דעמאגראפיק פון סאטמאר-מהר"א פאלט שטארק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 25, 2018 9:54 am

די אשכול איז געווידמעט פאר איין זאך. אז די אהרוינעם זעלבסט האבען שוין מודה געווען אז די קאמפף פון כ׳ סיון איז א דורכפאל. לכאורה וועט זיך עס בטל ווערען מחמת עפעס אן אונס מיט וואס דער אויבישטער וועט זיי באגענאדיגען, אבער דאס אראפ גייען פון סטעדיום צו קלענערע סטעדיום איז גאר א שטארקען ווייז.

עס ווייזט נישט אז די אהרוינעם ווערען ווייניגער, עס איז דא די זעלבע צאל אהרוינעם אין די וועלט. נאר די מערכה איז א פארפאלענעם.

נאר איין שאלה. טאמער מ׳דארף רעדען צו א ריזיגע עולם, צו די גאנצע געמיינדע, דארף מען ווארטען ביז די גרעסטע ציבור שטייט דארט. ט׳פארוואס איז שבועות זעלבסט נישט גענוג? דארט איז דאך געווען א גרעסערען ציבור ווי אין דער קאליסיום. הייסט׳ס מ׳וויל עס קענען לייגען אויף ווידיאו און פארשפרייטען אומעטום? נו נו, זאל ער טוהן ווי שאולזוהן טוט, זיצען אין א געשמאקע בענקעל, וכדברי אונזער געוואגטע קינד, און זאל ער זאגען זיין דרשה דארט. דאס קאסט גארנישט מיט נישט. ער קען נוצען דער kingaaron youtube channel און זיך איינשפארען די מוטשעניש אויך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום פרייטאג מאי 25, 2018 1:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8580 מאל

הודעהדורך newkave » פרייטאג מאי 25, 2018 12:28 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:אין יאר תשל''ב לפ''ק האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אין מינכן דייטשלאנד וואו די אונטערנאציאנאלע אלימפיק שפילן זענען דאן זיך פארלאפן. שפעט אין מיטן די נאכט האבן א גרופע פון אכט פאלעסטינער טעראריסטן אונטער די קאמאנדא פונעם ארכי-טעראריסט מאכאמעד מוסאלכא, זיך אריינגעשלייכט אין די שלאף-קוואטירן פון די ישראלישע ספארט-שפילער, און ברוטאליש פארכאפט 9 ישראלישע ספארטלער. צוויי ישראלישע ספארטללער זענען ליידער טראגיש אומגעקומען דורכאויס דער שרעקליכער פארכאפונג.

די טעראריסטן האבן אין אויסטויש פאר די פארכאפטע פארלאנג די באלדיגע באפרייאונג פון 232 געפארפולע טעראריסטן וועלכע האבן געשמאכט אין די מדינת ישראל טורמעס. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך האבן די מדינת ישראל אויטריטעטן זיך קאטאגאריש אנטזאגט צו באפרייען די געפארפולע טעראריסטן. אין רעזולטאט זענען נעבאך די 9 פארכאפטע ספארטלער ברוטאליש דערמארדערט געווארן דורך די פארשאלטענע טעראריסטן. יונקום השם לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, במהרה ממש.

די דעמאלסדיגער ישראלישע פרעימער מיניסטארישע גאלדא מאיר שר''י, האט דאן באשלאסן דאס נישט צו פארשווייגן. זי האט באלד באאויפטראגט דער פירער פון די מוסד אפרים הלוי, דורכצופירן א העכסט-געוואגטע נקמה אקציע, וועלכע זאל פולשטענדיג פארקלאפן דעם אפעטיט פון טעראריסטן צו הרג'נען אידן איבער די וועלט. דער אפאראציע "דער צארן פון ג-ט" (זעם האל כלשונום) איז פולשטענדיג אריין אין קראפט.

די מוסד האט דאן באוויזן אויף גאר א וואודערליכער אופן אראפצוקניידלן צום טויט, גאנצע צען געפארפולע ארכי טעראריסטן וועלכע האבן געלעבט אין באהעלטעניש לענגאויס אייראפא. דאס איז געווען א אקציע וועלכע האט געהאלטן די גאנצע וועלט גאר געשפאנט...

אין לויף פון די אפעראציע האט פאסירט א געשענעניש וועלכער האט דאן אויפגעטרייסלט די וועלט. א גרויזאמער פאלעסטינער טעראריסט האט אריינגעשטרומט אינעם ישראלישער אמבאסאדאר אין לאנדאן, און באוויזן צו דערשיסן צום טויט איינע (צו עטליכע, כ'געדענק נישט אויף די מינוט) פון די ארטיגע איינגעשטעלטע. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך האט נישט גענומען קיין אויגן בליק ביז דער טעראריסט איז פארוואנדעלט געווארן צו א געלעכערטע זיפ דורך די פילע קוילן פון די מאכטפולע עוזי ביקסן וועלכע האבן געלעכערט זיין פארשאלטענעם קערפער.

צום גרויס וואונדער האט די מוסד גאר אויפגענומען דעם געשענעניש אין לאנדאן אלס פאזעטיווע נייעס. 'זיי פירן א דיסקאסיע מיט אונז' האט זיך דאן אפרים הלוי אויסגעדרוקט מיט פרייד. נעמליך, דער טעראר אקציע אין לאנדאן האט אויסשליסליך איבערגעצייגט פאר די פירער פון מוסד, אז אירע אגענטן אין אייראפע פירן ווירקליך דורך א גוטע און געלונגענע ארבייט, אזש די פאלאסטינער זענען שרעקליך אויסן פאר נקמה...

דער דאזיגער אשכול פירט מיט אונז א העפטיגע דיסקוסיע...די פראפעגאנדע צום כינוס ארבייט ווי ס'דארף צו זיין. ווארום די ציונים, משכילים, אויפגעקלערטע שפרינגען ווי ווילדע הינט. די הייסע העסליכע לאווע וועלכע שטרומט אומאויפהערליך ארויס פון זייערע ברייט-צו-עפענטע נאז לעכער, צייגט אונז נאר איבער אז די מאסיווע פראפעגאנגע מאשין צום בעפארשטייענדען הייליגן כינוס פינקוציאנירט פולשטענדיג ווי ס'דארף צו זיין. דאס איז באשיינפערליך גאר פיינע נייעס פאר שלומי אמוני ישראל. תלי''ת

*

און צו מיין גרויזאמען פיינט (איך שרייב נישט קיין נאמען, בלויז א סימן ער האט עפעס שייכות צו פערד) וועל איך בלויז ענטפערן איין ווארט. ( אפגעזען פון דעם וואס כ'גלייב שטארק אין די ציווילע רעכטן וועלכע גרארנטירן פולשטענדיגע אויסשפרעכן פרייהייט, יעדער (אמעריקאנער בירגער) האט די פולשטענדיגע רעכט צו זאגן וואס ער וויל,ווען אימער ער וויל, אריינגערעכנט סאמארער חסידים)

מיט דיין ווילדער מאסיווער גרויזאמער אויסברוך, איז מיר פארענפערט געווארן נאך א זאץ וואס כ'האב געהאט די זכיה צו הערן פון מיין הייליגן רבי'ן ביי די פייערדיגע תורה דעם פארגאנגענעם צווייטן טאג שבועות:

דער רבי שליט''א האט זיך שטארק אפגערעדט אויף דעם וואס יונגלייט האלטן מיט נאכאנאנד מיט א אויסטערלישער חשק די פאליטישע אנטוויקלונגען, און די רעדעס פון די ציוניסטישע פירער פון מדנת ישראל. האלט דען עמיצער מיט, מיט די פרעפלערייען פונעם פובסט אין וואטיקאן האט דער רבי געפרעגט מיט קענטליכער ביטערניש? ניין! וויל מיר זענען אידן און ס'אינטערעסירט אונז פילייכט נישט וואס די יאשקע-נאכפאלגערס האבן צו פארקויפן. דאן פארוואס אונטערסירט יא פאר אונזער יונגעלייט אזוי שטארק די אנטוויקלונגען אין די מדינה הטמאה? ווארום ווען ס'גייט גוט פאר די מדינה איז עס א גוטער געפיל? אה? ווען ס'גייט גוט פאר עמיצן וואס שטעכט דיין מוטער האסטו אויך א פארגעניגען? ציונות שטעכט די הייליגע שכינה ווי אזוי קען א יוד א שותמ''צ הנאה האבן ווען ס'גייט גוט פאר די גרויזאמע שכינה-שטעכערס? ווי הייליג און טיף זענען די דאזיגע רייד.

צום ענין: ווי אזוי קען א איד, הויפזעכליך אן זעלבסט-אפשטאמיגער פון היטלער'ס קרבנות נעמען אין די האנד דעם העסליכן בוך מיין קאמף? ווי אזוי פאלט אים די האנט נישט אראפ?

דיין ליינען און זיך קאכן אין דעם טמא'נעם מיין קאמף פארענטפערט דיין וויסטער שנאת ישראל/אדם, וואס די האסט צו יעדען וואס האלט אנדערש ווי דיין 'מיין קאמף אנגעשטאפטער ארט ווי אלגעמיינע מענטשען פארמאגן דער מוח און שכל'. איך בין שטאלץ צו זיין דער שונא פונעם אידישען (?) מיין קאמף אנגעפיקעווטער באשעפעניש...

כ'וואלט געשריבען מער. אבער כ'וועל מיך אצינד איינהאלטן. זאל מיך ג-ט באצאלן פארן נישט אפענטפערן דעם 'מיין קאמף לעזער' ווי ס'ברויך צו זיין.

וואס נאך האט דיין הייל רעבא געברעטשעט?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג מאי 25, 2018 1:10 pm

א גוטע פראגע האסטו געפרעגט מיין קינד, כ'וועל דיר דאס עקלערן מיט א משל... ס'איז געווען אמאל א .... המשך יבוא...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2085 מאל

הודעהדורך elter-zeide » פרייטאג מאי 25, 2018 1:17 pm

יארן יארן צריק ווען ק"י איז געווען גאר קליין געווען, איז דער עולם אויך ארויס געפארן אויף שבועות מיט צי האלטן דעמאלץ דעם יו"ט מיטן רבי'ן זי"ע, שבת נאך שבועות האב איך געדאווענט אין א קליין ביהמ"ד אין ווילימסבורג, האבן דארט געדווענט אלע ערליי חסידם, האט מען געשמיסט וועגען דעם יו"ט שבועות ווי אזוי עס איז דארעך אין ק"י, אזא גרויסער עולם אין אזא קליין שטעטל, ריפט זיך אהן א חסיד פון ,,,,,,,," "האט דיין רעבא געברעטשעט?" " איך וועל נישט זאגען פון וולעכע חסידות דער איד איז געווען, עולם כמנהגו נוהג, דאס איז אייביג געווען אין עס וועט אייביג געשען, קיין איין רבי איז נישט קלענער געווארן דערפון, וואס יא? ענדעש גרעסער געווארען,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און 2 געסט