א היטש מיט א ליטווישע קאר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

א היטש מיט א ליטווישע קאר

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]א קאר פרעגסטו?? א באס! וואס באס?... א גאנצע באנגעלוי!!
איך שטיי אויפן 42 מיט אן אויסגעשטרעקטן אגודל שוין א קנאפער פערציג מינוט, אבער קיינער שטעלט זיך נישט אפ נישט קיין חילוק ווי שטארק איך שאקל מיין גראבן 'דאמען' פינגער. יעדער סיענע וואס קומט נענטער שטעל איך זיך אריין נענטער אינעם ראד אזש כ'בין שוין כמעט אויפן געלען ליין. וואלטן מיינע קללות געהאט א קיום וואלט יעדער פעסיפיקע וואס רייסט מיר דורך ווי כאילו ער זעט נישט מיין הויזן קלעבט מיר שוין, וואלט שוין געווען הונדערטע הערשן צוזאמשטויסן.

אויב די נעקסטע אדעסי שטעלט זיך נישט אפ איז ער פולי ריספאנסעבל איך הייב אן קושען די בעק ציצית ביי ברוך שאמר איך קען אויפווייזן זיין שולד שווארץ אויף ווייס.

עענדליךךך!!!! א צוועלעוו פאסאזשיר ווען קירעוועט זיך אריין אויפן שאלדער הארט נעבן מיר ווען די ראבערנע גומען לאזן ארויס א קוויטשקע פון זיך.

איך האב מיר נישט געוואלט זעצן אין פארנט מסתמא זיצט דארט זיין אשת חיל, שפרינג איך גלייך צו צים צווייטן טיר איך פראל אויף דעם הענטל און עס רייסט ארויס א הויפן פאפיר זעקלעך מיט א צופליקטע סידור'ל פון א גרעדזשועישען פלעי.. הערשט יעצט האב איך געכאפט אז דער גאנצער טיר האלט זיך אויף שטריק ארום געבינדן. דער אידל שרייט "קומט, קומט אין פארנט" איך עפן דער פאדערשטע טיר איך שטיי געפלעפט. עס ליגט דארט א הויפן ביללס, געס רעסיטס פון תשנ"ז, שאפערס רוטס מיט לעיקוואדער טראלי פעיפערס פון פאריגע יאר, צווישן זיי ליגט פארוויקלט זיין היטל מיט א צופליקטע משנה ברורה, ער שלעפט פלינק ארויס זיין היט מיט'ן משנה ברורה וואס לאנדעט אויפן דעש באורד צווישן צוויי וואונדלען... "ר' יוד זעצט אייך אריין" (וואס אריין? ארויף! איך דארף א לייטער זיך ארויף צו זעצן אויף דעי הויפן ביללס) ברוך השם דער ווען פארט, עס רוקט זיך מיט א שנעלקייט. פון דער געגענט פונעם עירקאנדישען שפירט זיך א ווארימער לופט כוואליע וואס פארשפרייט א שמעקעדיגער גערוך, אזאנס א קיען שטאל פלעיוואר.

איך האב געכאפט א קליין בליק אויף הינטערוויילעכטץ, עס האט זיך אנטפלעקט אן ערהאבן בילד וואס וואלט זיכער געוואונען דעם פוליצער.. צווישן די שורות אויפגעפליקטע ספאנדזש זיצן ליגן אויסגעלייגט א שטויס מילעך קעסטלעך, נו, אוודאי אזוי, אנדערש וואלטן פינעוו קינדער נישט געהאט ווי צו זיצן.. צווישן די זיצן ראלן זיך ארום דא א האלב ליידיגן קאקא קאלע פלאש, דארט א צוויי דריי וואונדלען, דא א ווינד-שיעלד קלינינג פלואיד און דארט א ליידיג שאכטל פרינגעלס ווען אן אפענע פעקל ביסקוויטן שטעקט זיך ארויס פונעם קאר סיט... צווישן די דריי קאר סיטס באמערק איך אויפן הינטערשטן זיץ, זיצט דער ווייבל זיינער א באשיידענער אין א שווארצן שנוכעל איבער איר קאפ און זייגט א פרישן פיצל ווען איר קליין מיידעלע דרימלט אויף איר לינקע אקסל.

איך האב מיר שנעל צוריקגעדרייט ווי כאילו איך האב גארנישט עפעס באטראכט, ווי נישט בין איך א גאסט ביי יענעם אין הויז, כ'מיין צו זאגן קאר. דער דרייווער קוקט אויס א פריינטליכער טיפ, ער איז מער צו די פעשליכער זייט, קורצע פיאות געשניטן ווי א לבנה אונטער די אויערן אבער ווי להכעית איז דער רעכטע אלץ אזוי איבערגעהאנגען אריבער די אויערן, קוקט טאקע אויס ווי א לבנה קוקי - אבער א צושמירטע... ער גלייכט צו שמועסן אויף אידיש אבער עס איז מער אזא גראדנע באברויסקער אידיש, עפעס מאדנע פאר מיר.

איך האב געפילט איך מוז אים מעורר זיין איבער דער צושטאנד פון זיין וויהיקעל און אזא געלעגענהייט האט נישט געשפעטיגט צו קומען. געווען איז עס פאר איינע פון די עקזיטס אויפן 17 דער קאר האט אזא טרייסל געגעבן אזש די וואונדלען אויפן דעש באורד זענען זיך צושפרינגען אויף ארויף און דער אפענער פעקל ביסקעוויטן האט זיך צושפראלט אין די לופטן פארשפרייטענדיג ביסקעוויטן שטויב איבערן גאנצן ווען..

דער מכניס אורח פרעגט מיר ווי אזוי שפירט איר? איך האב אים געזאגט דעם ריינעם אמת אלע מיינע גלידער טוען מיר וויי. די האנט און די פיס 'ביידער' טוען דיר וויי? יא! 'ביידער' שמערצן מיר פון אזא קוטשקע. ער זאגט מיר טאקע אז לעצטענס האט ער פראבלעמען מיט די ווען טאקע קליינליכע אבער דאך פראבלעמען. לעצטענס דארף מען עס פריש אנצינדן ביי יעדער רויט לייט ווי אויך דארף מען לייגן פרישע טעיפ אויף די הינטערשטע פענסטער ווי די שווארצע גארבידזש בעג האלט אין איין אראפ קומען... אבער דער עיקר עס פארט גוט, ס'דא פלאץ פאר יעדעם און דער קאר איז מסודר'דיג ריין וואס ברויך איך מער פון דעם?

נאך א קורצע הסברה איבער די שעדליכקייט פון אזא ווען האט ער מסכים געווען צו איינהאנדלען א שפאגל נייעם וויהיקעל. אומר ועושה ער האט זיך פארבינדן מיט א קאר סוחר און מיר זענען תיכף צוגעפארן קיין ליבערטי באטראכטן דעם נייעם וויהיקעל.

אונז גליטש מיר זיך אריין אין א גרויסן פארקינג לאט, ער ווייזט מיר קוק, עס קוקט אויס לייטיש, ניין? וואס זאגסטו, עס איז ווערט די געלט ניין? איך שטיי און זעה נישט גארנישט, א חוץ איין מיני ווען. אז עס איז נאר דא איין קאר מוז עס זיין דאס צו מען וויל צו נישט. דער אידל גייט ארויס באטראכטן דעם פראכט פון א וויהיקעל. דא האט זיך אנטפלעקט דעם פולן געשטעל פונעם מכניס אורח, ער איז גאנץ א נידעריגער, א קורץ ארענדזשער בערדל באצירט זיין פנים וואס א דאנק די כסדר'דיגע קראצעריי אנטפלעקט עס פון הינטער זיך א הויפן רויטע פימפלעך... זיין איינגעצויגענער ברוינעם אפגעריבענער פאסיג מיט א הויפן צוגעלייגטע לעכער איז עדות אויף א בייכל טראנספארמאציע פון די נידעריגע 200 ציפערן ביז די העכערע 300 ציפערן אין די זאטע יארן.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געזוכט א נייעם קאר, און איך האב געזוכט אויף קרעיגס ליסט. געטראפען האב איך א סיעננא פון 2009

נאך אזויפיל 'פשי-האס' און 'האו-האס' בין איך אליינס ארויס באטראכן דעם אוצר.. א 2009 סיענע א לייט בלויע קאליר מיט דורכזיכטיג נאקעטע פענסטער, דריי האב-קעפס פעלען און צוויי דאונאט רעדלען באצירן דעם אויטא, א דארק בלויע באמבער מיט גרעי טעיפ איז וואונדערליך באהאפטן פון דער בעק..

נאך צען קורצע מינוט דער איד שלעפט ארויס פונעם הויזן טאש א שווארצן צוביסענעם bic פען - וואס דינט אפט אלץ א אויערן פיצער - און אזוי מיט'ן פסקי תשובות אינעם לינקן האנט סיינט מען דעם קאנטראקט. דער מקח איז געשלאסן! קינדער פעקעלטס ענק אריבער.

#נו_שתולי_האמיר_א_וויהיקעל_?

------
* ארויפגעלייגט מיט'ן רשות פונעם בעל ה'היטש.
** ווי פארשטענדליך צו היטן דער פולן אנאנימיטעט פונעם ווען דרייווער האביך געמוזט טוישן און פארהוילן פארשידענע פרטים ווי למשל די דריי קאלירן פעינט פונעם גרויסן ווען, צו די ריכטיגע צאל וואונדלען עס זענען געליגן אויפן דעש באורד - מיט פארשטענדעניש.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר